7257 —חירות אמיתית, גאולה פנימית וחיצונית בפסח

True Freedom, Inner and Outer Redemption on Pesach

ב"ה, י"א ניסן, ה'תש"כ ברוקלין, נ.י.
The Rebbe writes to all Jews before Pesach, blessing them with a kosher and joyous festival. He explains that true freedom is both inner and outer liberation, achieved through Torah and mitzvos, especially by internalizing G-d's presence at all times, leading to ultimate redemption.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"א ניסן, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

לאחינו בני ישראל בכל אתר ואתר

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

צום אנקומענדען חג המצות, שיק איך מיין וואונש און ברכה צו אחינו בני ישראל בכל מקום שהם, די ברכה פון "חג הפסח, זמן חירותינו, כשר ושמח".

חירות - אמת'ע באפרייאונג איז - א פולקאמענע באפרייאונג - באפרייאונג פון דעם מענטשן אלס א זאך פאר זיך (עולם קטן), און אלס א באשטאנדטייל פון דער וועלט ארום. דאס מיינט א צווייפאכיקע באפרייאונג: אן אינערלעכע - די באפרייאונג פון אינערלעכע שטערונגען, וועלכע שטאמען פון איינגעבארענע אדער צוגעקומענע אייגענשאפטען, צוגעקומענע דורך ערציאונג, געוואנהייט, א.ז.וו.; און אן אויסערלעכע - די באפרייאונג פון די שטערונגען, וועלכע די וועלט ארום צווינגט ארויף אויף דעם מענטשן.

* * *

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, וועלכע גיבן ארויס א גאנצע שיטה אין א קורצן אויסדרוק, האבן דאס אויבענדערמאנטע אויסגעדריקט אין געציילטע ווערטער, און דערביי אויך אנגעוויזען דעם וועג און די מיטלען צו דער באפרייאונג זאגענדיג: חרות על הלוחות... חירות משעבוד מלכיות מעניותא וטפשותא וצערא ודוחקא [דאס אויסגעקריצטע אויף די לוחות גיט באפרייאונג פון דער פארשקלאפונג בא פעלקער, פון ארעמקייט נארישקייט צער און פאראיינגקייט].

די עשרת הדברות אויף די לוחות, אין וועלכע עס ווערען נרמז (אנגעדייטעט) אלע מצות, הויבן זיך אן מיט דעם אנזאג: אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים מבית עבדים - איך בין ג-ט, דיין ג-ט, וואס האט דיך ארויסגעפירט פון לאנד מצרים, פון דער היים פון פארשקלאפונג.

דאס ערשטע און פונדאמענטאלסטע וואס איז איינגעקריצט אין אידישן לעבן און געזאגט פון איבערשטען צו יעדער איינעם און איינע: איך בין אלקיך - דיין ג-ט, דא אין דיין פערזענלעכן לעבן און אויפפירונג.

דער נאמען אלקיך אונטערשטרייכט ספעציעל וואס דער אויבערשטער איז בעל היכולת ובעל הכחות כולם (אלעס מעגליך, און געוועלטיגט איבער אלע כחות), וואס דערפון קומט די צווייענדיקע באפרייאונג: מארץ מצרים - פון די באשרענקונגען און ניט געוואונשענע אייגענשאפטען (מעשה ארץ מצרים) וואס זיינען געקומען דורך דער השפעה פון לעבן אין מצרים; און מבית עבדים - פון דער פארשקלאפונג צו פרעה און מצרים, צו דער וועלט ארום.

וואס דערפון קומט אויך דער אנזאג צווייפאכיג - וועגן אינערלעכן און אויסערלעכן לעבן - און צו יעדער איינעם און איינע: לא יהי' לך אלקים אחרים - עס זאל בא דיר ניט זיין קיין פארגעטערונג פון וואס עס זאל ניט זיין א חוץ דעם אויבערשטען; זכור את יום השבת לקדשו א.ז.וו. - ניט אונטערווארפען זיך דער פירונג און פערלאנג פון דער דרויסענדיקער וועלט.

* * *

תורה האט אויך די צוויי מאמענטען: דאס אינערלעכע, די נשמה פון דער תורה (פנימיות התורה) און דער טייל וואס איז פארבונדען מיט פועל, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות (נגלה דתורה), וואס דאס אינערלעכע, די נשמה, באלעבט דאס אויסערלעכע.

פנימיות התורה איז אין די לעצטע דורות ברייט ערקלערט און פארשפרייט געווארען דורך תורת החסידות, באגרינדעט דורך דעם בעל שם טוב ז"ל, וואס היי-יאר ווערט צוויי הונדערט יאר פון זיין הסתלקות-הילולא.

איינע פון די לערנונגען פון תורת החסידות וואס דער בעל שם טוב האט מערערע מאל אונטערשטראכען איז: שויתי הוי' לנגדי תמיד - יעדער איד דארף דערהערען אז ער שטייט פאר ג-ט, ביז אז אלעס וואס אין וועלט ארום עם און וואס איז אין עם - איז שוויתי (גלייך בא עם). און דאס דארף זיין תמיד - שטענדיק, ניט נאר בשעת ער שטייט שמונה-עשרה, די העכסטע שטופע פון דאווענען, ניט נאר אין ספעציעלע צייטן פון טאג, ווי ביים אנהויב פון טאג, דאס גיט נאך ניט דעם פולען שוויתי, די פולע חירות פון איינגעווירקט ווערן פון דער וועלט (אינערליכער אדער אויסערליכער), ווארום אין די אנדערע צייטן קען דער מענטש ווידער אריינפאלען אין עבדות, פארשקלאפונג צו זיין אייגענע נאטור און צו דער וועלט ארום. דער ה' לנגדי מוז זיין אין פולסטן טייטש פון תמיד, עס זאל דורכדרינגען יעדע פעולה און תנועה פון דעם מענטשן, ביז צום עסען און טרינקען און ריידן מיט מענטשן, א.ז.וו. און דאן ווערט ער ניט נתפעל פאר אינערלעכע און אויסערלעכע שטערונגען און דערגרייכט די אמת'ע און פולע חירות סיי פון "ארץ מצרים" און סיי פון "בית עבדים".

און דער ה' לנגדי תמיד - בריינגט אויך אז די עבודה פון א אידן, וואס, ווי אויבן געזאגט, נעמט זי ארום ביידע געביטן פון מענטשלעכען לעבן, סיי דאס אינערלעכע און סיי דאס אויסערלעכע, זאל דורכגעפירט ווערען מיט שמחה וטוב לבב. ווי דער אלטער רבי, בעל התניא והשלחן ערוך, דערקלערט באריכות: ווען א איד טראכט זיך אריין ווי דער אויבערשטער איז מיט יעדן אידן, גיט אים זיין תורה און מצוות, און וויל שטענדיק געפינען זיך, כביכול, בא יעדען אידן, ושכנתי בתוכם - בתוך כל אחד ואחד, מוז די הארץ אנגעפילט ווערן מיט דער גרעסטער פרייד און באגייסטערונג.

* * *

ויהי רצון, דער אויבערשטער זאל געבן, אז יעדער איינער און איינע זאל דערגרייכען די אמת'ע און פולע חירות, די גייסטיקע און קערפערלעכע באפרייאונג, און פון דער באפרייאונג זאל מען קומען במהרה בימינו ממש - צו דער פולער און אמת'ר גאולה דורך משיח צדקנו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ואילך ע' תקפח).

חרות על הלוחות: תיקוני זוהר תי' נו. ראה ג"כ תיקונים בסוף זהר חדש (צז, ב).

מפרשים לאבות פ"ו מ"ג. ויקרא רבה פי"ח, ג.

אלע מצות: ראה אזהרות לר' סעדי' גאון. וראה ירושלמי שקלים פ"ו ה"א. זח"ב צ, ב.

ובכ"מ.

דיין ג-ט: ראה רמב"ן שמות כ, ב.

אונטערשטרייכט: שולחן ערוך אורח חיים ס"ה.

תורה האט אויך: ראה בראשית רבה בתחלתו.

נשמה פון דער תורה: ראה בראשית רבה בתחלתו.

שויתי הוי': צוואת הריב"ש.

שמונה עשרה... אנהויב פון טאג: סנהדרין כב, א. שו"ע או"ח בתחלתו ברמ"א. שו"ע לרבנו הזקן מהד"ת ס"א ס"ה. - להעיר מתו"א ס"פ ויצא.

דערקלערט באריכות: תניא פל"ג. וראה רמב"ם סוף הל' לולב.

ושכנתי... בתוך כל אחד: של"ה ר"פ תרומה. וראה ד"ה באתי לגני תש"ח (לכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. קונטרס נה).

B"H, 11 Nissan, 5720.

Brooklyn, NY.

Shalom u'Vrachah!

To our brothers, the children of Israel in every place — may Hashem be upon them and grant them life — abundant peace and blessing!

With the approaching festival of Pesach, I send my wishes and blessings to our brothers, the children of Israel wherever they are: the blessing of "Pesach, the season of our freedom — kosher and joyous."

Freedom — true liberation — is complete liberation: freedom for a person as an individual (a microcosm), and as a component of the world around him. This means a twofold liberation: an inner one — freedom from internal obstacles that stem from innate or acquired traits (acquired through upbringing, habit, etc.); and an outer one — freedom from obstacles imposed by the surrounding world.

Our Sages of blessed memory, who express entire systems in brief phrases, articulated this above-mentioned idea in a few words while also indicating the path and means to this liberation by saying: "Charut al haLuchot... cherut mi'shibud malchuyot me'aniyuta v'tipshuta v'tza'ara v'dochka" (engraved on the tablets grants freedom from subjugation to nations, from poverty, foolishness, pain, and oppression). The Ten Commandments on the tablets — in which all mitzvos are hinted at — begin with the statement: "Anochi Hashem Elokecha asher hotzeiticha me'eretz Mitzrayim mi'beit avadim" (I am G‑d your G‑d who took you out of Egypt from the house of bondage). The first and most fundamental thing engraved in Jewish life and spoken by the Supreme One to each individual: I am Elokecha — your G‑d — here in your personal life and conduct. The name Elokecha especially emphasizes that Hashem is omnipotent (all-powerful over all forces), from which comes the second aspect of liberation: "from the land of Egypt" — from limitations and undesirable traits (the practices of Egypt) acquired through living there; and "from the house of slaves" — from subjugation to Pharaoh and Egypt, to the world around us.

From this also comes a twofold instruction regarding both inner and outer life for each individual: "Lo yihiyeh lecha elohim acherim" (You shall have no other gods) — there should not be any idolization of anything besides Hashem; "Zachor et yom haShabbat lekadsho," etc. — do not submit yourself to the conduct or demands of the outside world.

The Torah also has these two aspects: its inner dimension (the soul of Torah — pnimiyus haTorah) and its practical side (learning Torah and fulfilling mitzvos — nigleh d'Torah), with its inner soul animating its external aspect. Pnimiyus haTorah has been widely explained and spread in recent generations through Chassidus founded by the Baal Shem Tov z"l whose passing will mark two hundred years this year.

One teaching that Chassidus emphasizes repeatedly is: "Shivisi Hashem l'negdi tamid" (I have set Hashem before me always) — every Jew must sense that he stands before G‑d until everything around him and within him becomes 'shivisi' (equalized within him). And this must be 'tamid' (constant), not only during Shemoneh Esrei (the highest level of prayer), nor only at special times like at daybreak; that alone does not achieve full 'shivisi,' nor full freedom from being affected by the world (internally or externally), because at other times one can fall back into servitude or subjugation to one's own nature or to the world around him.

The 'Hashem l'negdi tamid' must be in its fullest sense of 'always,' permeating every action and movement down to eating, drinking, speaking with others, etc. Then one is not affected by internal or external obstacles and attains true complete freedom both from 'Egypt' and from 'the house of slaves.'

This constant awareness brings about that a Jew's service — which encompasses both areas of human life (inner as well as outer) as mentioned above — should be carried out with joy and gladness. As explained at length by the Alter Rebbe (author of Tanya and Shulchan Aruch): when a Jew contemplates how Hashem is with every Jew, gives him His Torah and mitzvos, always wants to be found with each Jew ('v'shachanti b'tocham'—within each one), then one's heart must be filled with great joy and inspiration.


Summary

The Rebbe teaches that true redemption requires both inner transformation—freedom from personal limitations—and outer liberation—freedom from external pressures. By constantly sensing G‑d's presence in all aspects of life through Torah study and mitzvah observance, we merit ultimate joy and redemption.

Leave Feedback