ב"ה, כ"ה אייר, תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
מיט גרויס פארוואונדערונג און נאך גרעסערן צער האב. איך געלייענט אייער בריוו, וועלכן איר הויבט אן מיט א לויב צום אויבערשטן וואס איר רעכנט (ח"ו) פארן אין ארץ ישראל מיט א שיף וואס אירע בעלי-בתים זיינען אידן, און דער קאפיטאן און מאטראסן און גאנצע מאנשאפט און באדינונג זיינען אלע אידן אדער
99 פון זיי זיינען אידן; און איר זעצט פאר אייער שרייבן, אז דער זכות פון די הייליקע אבות אבותינו זאל מצליח זיין די נסיעה!
איך וואלט גערעכנט, אז ס'איז איבעריק צו דערקלערן די סיבה פון מיין גרויסן צער, אבער דער אינהאלט פון אייער בריוו ברענגט מיט צום שרייבן וועגן דעם ווייניקסטנס געציילטע שורות, כאטש וויפל מ'וואלט וועגן דעם ניט געשריבן וואט געווען ווייניק אין פארגלייך מיט דער הארבקייט פון דער זאך. אין קורצן:
א נסיעה אויף אזא מין סארט שיף - איז יעדער פארער, שוין אפגערעדט פון דער מאנשאפט וואס איז באשעפטיקט אויף דער שיף, א) מחלל שבת, ב) בפרהסיא, ג) נעמט אן אנטייל אין חילול השם בפרהסיא (אויך פאר אלע גויים) וואס ווייסן פון דאס אויב[נ] דערמאנטע, ד) דאס ווערט געטאן אין נאמען פון גאנצן אידישן פאלק, וועמענס ביי-שטייערונגען בא פארשידענע געלעגנהייטן האט בייגעטראגן צו דער אפערירונג און פונקציאנירן פון דער שיף אום שבת.
ס'איז נאך צוצוגעגעבן, אז ס'איז א זעלטענע מעגלעכקייט צו מחלל שבת זיין בפרהסיא יעדן רגע פון דעם מעת-לעת פון שבת-קודש, אפילו ווען מען שלאפט! ווארום די שיף פארט דאך אויך ווען מען שלאפט. [דאקעגן, זייענדיק אויף דער יבשה, וואס פארא סארט לעבן איינער פירט, איז ער אבער ווייניקסטענס שלאפנדיק ניט עובר אויף חילול שבת בפרהסיא].
דאס אויבנגעשריבענע איז אין פולער קראפט וואוהין די שיף זאל ניט פארן און ווען זי זאל ארויספארן, אויב נאר זי פארט אין מעת-לעת פון שבת. אין דעם פאל קומט נאך צו דאס וואס מ'וויל פארן אין א לאנד וואס אפילו גויים רופן אן "דאס הייליקע לאנד", ניט דערפאר וואס די יונייטעד ניישאנס האלט אזוי, נאר דערפאר וואס אזוי איז געשריבן אין אונזער הייליקער תורה, וועלכע האט פארבונדן דעם קיום פון ארץ ישראל ספעציעל מיט אפהיטן שבת, ווי אנגעוויזן אין פיל סדרות, צווישן זיי - בהשגחה פרטית - אויך אין דער סדרה וואס מ'גייט לייענען דעם שבת-קודש.
דאס אויבנגעשריבענע איז שוין אויך א מאקסימום אומגליק ר"ל, אבער די נסיעה וועגן וועלכע איר שרייבט קומט דא נאך צו אן אומגליק אויף אן אומגליק, וואס אין צוגאב צו די צוויי אדער דריי שבתים וואס ווי אויב[נ]געשריבן זיינען פארבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא ח"ו, קומט אין דעם פאל נאך צו דער חילול פון ביידע טעג שבועות בפרהסיא, דער יום-טוב ווען עס איז געגעבן געווארן די עשרות הדברות, געגעבן געווארן מיטן גאנצן שטורם, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשים, וואס איינער פון די עשרת הדברות איז שמור את יום השבת לקדשו. מערניט וואס מ'לעבט אין א צייט ווען מגעוואוינט זיך צו צו אלערליי אומגלויבלעכע זאכן קען אויך פארקומען א געשעניש ווי אויבענגעשריבן, באין פוצה פה ומצפצף.
זעלבסטפארשטענדלעך ווייס איך, אז עס זיינען דא אזוינע וואס האבן גענומען אויף זיך די אחריות - ניט וויסנדיק ווי אזוי א שיף ווערט אנגעפירט, און צו דער זעלבער צייט האלטנדיק זיך פאר גרויסע עקספערטן אין דעם - און האבן מתיר געווען דעם חילול שבת בפרהסיא וואס ווערט אנגעפירט אין נאמען פון כלל ישראל. און וועדליג ווי מ'דערציילט איז צו גלויבן אז שבת זאל אויף דער שיף שטיין א איד אין א טלית און דאוונען צום אויבערשטן מקדש השבת, וויסנדיק אז בשעת מעשה ווערט די מאשינעריי אנגעצונדן און אנגעפירט דורך אידן, טעלעגראמעס ווערן געשריבן און קאמוניקאציעס געמאכט, געקאכט און געוואשן אא"וו, אלץ דורך אידן, ספעציעל פאר אידן, און יעדערער פון די פאסאזשירן באנוצט זיך דערמיט, ווי אויך מיט עלעקטריציטעט, וואסער, און אלע באדינונגען וואס ווערן אפגעטאן מיט חילול שבת.
אבער ס'איז אויך זעלבסטפארשטענדלעך, אז תורתנו הקדושה ווערט דערמיט ניט געענדערט, ווארום אונזער הייליקע תורה איז אן אייביקע תורה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן צום אידישן פאלק, און מענטשן קענען זי ניט ענדערן.
אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה האבן אנגעזאגט, אז א איד טאר קיינמאל זיך ניט מייאש זיין, וויל איך נאך איצט ניט אויפגעבן די האפנונג אז איר און צוזאמען מיט אייך נאך פיל פיל אידן וועלן ניט טאן דעם חילול שבת בפרהסיא און דעם חילול יום-טוב בפרהסיא, און איר וועט מבטל זיין אייער דערמאנטע נסיעה. און גרויס איז דער זכות פון שבת צו ברענגען אייך אריכות ימים ושנים טובות, און זעלבסט-פארשטענדלעך די עיקר'דיקע זאך - צו האבן אמתע אידישע תורה-נחת פון אייערע קינדער און קינדסקינדער שיחיו.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאס געשריבענע אויבן.
אויב מצד דעם וואס מען איז מבטל די נסיעה אזוי קורץ פארן אפפארן איז דאס פארבונדן מיט א געלט-פארלוסט, איז פארשטייט זיך אז נעמענדיק אין אכט דעם גרויסן איסור בפרהסיא, וועל איך גערן אומקערן אייך די פולע סומע, מיט א הערצלעכן דאנק פאר דער געלעגנהייט מציל צו זיין א אידישע נשמה פון אזא אומגליק ר"ל, אין צוגאב וואס עס איז דאך מעגלעך אז עס וועלן זיך געפינען נאך עטלעכע, וועלכע וועלן ניט האבן דעם אויסרייד אז אויב מרת... פארט איז א זיכערע זאך אז מ'מעג, און אויך אפהאלטן זיך דערפון. און ס'איז דאך באוואוסט, אז מציל זיין אפילו איין אידן איז גלייך צו מציל זיין א גאנצע וועלט.
צו אייער בריוו האט איר צוגעלעגט א טשעק אויף צדקה אין צוזאמענהאנג מיט דער נסיעה. דאס איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן - און איך האף אז איך וועל עס מער ניט דארפן טאן - וואס איך מוז אומקערן אזא טשעק. אבער עס איז זעלבסטפארשטענדלעך, אז איך טאר ניט האבן קיין שייכות צו אן ענין וואס איז פארבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא, און בפרט אז מ'וויל אז די צדקה זאל צוהעלפן אין דעם חילול שבת ר"ל. דערפאר ווערט דער טשעק דא אומגעקערט. איך וויל האפן אז אייר וועט אננעמען מיינע ווערטער, אין איינקלאנג מיט היינטיגער סדרה - את שבתותי תשמורו גו' אני ה'.
נדפסה בלקו"ש חל"ב ע' 257.
פארן.. שיף: ראה גם לעיל אגרת ח'תשלא, ובהנסמן בהערות שם.
באוואוסט: ראה סנהדרין לז, א. וש"נ.