7153 —7153

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ארי' שי'   ב"ה, י"ג טבת, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ג טבת, תש"כ

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ארי' שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון אור ליום השני, אין וועלכען איר פרעגט, אין דעם שינוי לשון פון פירוש רש"י על התורה (ויגש מו, כח) פון דעם לשון פון מדרש (בראשית פרשה צ"ה) וואס רש"י בריינגט דעם לשון, שמשם תצא הוראה, און אין דעם מדרש שטייט, שיהא מורה בו דברי תורה.

והנה ס'איז באוואוסט, אז פילע מדרשים וועלכע עס האט געזעהען רש"י און ראשונים בכלל, זיינען צו אונז ניט דערגאנגען, אויך אין די מדרשים וועלכע זיינען יע פראן, איז אויך - פערשידענע נוסחאות דא אין זיי, דער לשון אין תנחומא איז: שיהא מורה שם הוראה.

און דאס וואס רש"י האט אויסגעקליבען דעם נוסח, ווי תנחומא און ניט דעם נוסח פון מד"ר, קען מען זאגען על פי פשוט, ווארום דאס איז נעהנטער צום פשט פון פסוק "להורות" ולא "ללמד", וואס דאס איז דער חילוק צווישען לערנען תורה, צו דעם אופן (וואס קומט שפעטער צו) פסק'נן א דין, און רש"י בפירושו על התורה, מיהעט זיך שטענדיג דער אפטייטש זאל זיין וואס נעהנטער צום פשט הכתוב, דאגעגען אין מדרש וויל מען אמאל דוקא באופן הדרוש, וק"ל.

ואם תמצי לומר, אז רש"י איז כולל דעם פשט פון מד"ר, דער חילוק פון די ביידע ענינים: שיהא מורה שם תורה, קען דאך זיין דער לימוד תורה, און ניט בהנוגע לפסק דין, אבער צו א פסק דין מוז דאך זיין לימוד תורה, דעריבער בריינגט רש"י דעם לשון הוראה, וועלכעס איז נעהנטער צום לשון הכתוב, און גלייכצייטיג, איז דאך הוראה כולל דעם לימוד התורה, שיש בכלל מאתים מנה.

ולהעיר וואס מיר האבען געהערט, פון דעם ווארט פון רבנו הזקן אויף דער סדרה ויחי יעקב, און אויף דעם פירוש רש"י, וועגען וועלכען איר שרייבט (זעה היום יום י"ח טבת).

און השם יתברך זאל העלפען, אז יעדערער פון אונז, זאל אין זיין מצרים אויפטאן על דרך ווי געזאגט אין דער תורה זו פון רבנו הזקן, און דאס זאל זיין מיט חיות און ווארימקייט ובהתלהבות חסידותית.

בברכה לבשו"ט.

נדפסה בלקו"ש ח"ד ע' 1259 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה ארי': שפייזמן, בארבאדאס. אגרת נוספת אליו - לקמן ז'שיט.

חלקה נדפס בלקו"ש ח"ד ע' 1260 וחלקה שם ע' 1336.

Leave Feedback