Letter # 2238

ראשון דסליחות, ה'תשי"ג - אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל, די בכל אתר ואתר

2238 - ראש השנה געפייערט אין דעם טאג ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן. און פון דעם טאג דוקא הויבט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ראשון דסליחות, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו! 

שלום וברכה! 

צום נייען יאר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דריק איך דערמיט אויס מיין ברכה לכל אחינו ואחיותינו בני ובנות ישראל באשר הם שם, לשנה טובה ומתוקה. 

ראש השנה, דער אנהויב פון א נייען יאר - ה' אלפים תשי"ד לבריאת העולם - איז ניט אין ערשטן טאג פון דער וועלט באשאפונג, נאר דער טאג ווען אדם הראשון, דער ערשטער מענטש, איז באשאפן געווארן - דער זעקסטער טאג פון מעשה בראשית. די וועלט פון דומם (אומבאוועגלעכע זאכן, מינעראלן אד"ג), צומח (פלאנצונגען), חי (לעבעדיקע באשעפענישן) איז באשאפן געווארן פריער, ווי די תורה דערציילט אונז. 

פונדעסטוועגן ווערט ראש השנה געפייערט אין דעם טאג ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן. און פון דעם טאג דוקא הויבט זיך אן דער נייער יאר פאר דער גאנצער וועלט - חי, צומח און דומם אריינגערעכנט; דעם טאג זאגן מיר "זה היום תחילת מעשיך" - דאס איז דער טאג פון דעם אנהויב פון דיינע ווערק! 

דא ליגט א טיפע לערע און מוסר השכל, וואס יעדערער מוז זיך אריינטראכטן אין דעם ובפרט - אין די איצטיקע טעג פון חשבון הנפש:

די וועלט, אלע טיילן פון דער וועלט, זיינען געווארן דאס וואס זיי דארפן זיין ערשט דאן ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן, וואס ער איז תכלית הבריאה (דער צוועק פון דער באשאפונג). 

דער מענטש איז א "עולם קטן"; אין אים שפיגלט זיך אפ די גאנצע בריאה. פונקט ווי אין כללות הבריאה, אזוי אין דעם מענטשן בפרט, זיינען פאראן אלע דרגות פון דער בריאה. אין פארלויף פון זיין לעבנסוועג מאכט דער מענטש דורך א צייט ווען ער לעבט ווי א דומם, א צייט ווען ער איז ווי א צומח, דערנאך ווי - חי און - מדבר. אבער אויך דאן ווען דער מענטש קומט צום מענטשלעכן שכל און גייסט, זיינען פאראן אין זיין לעבן און מעשים די אלע מדריגות: אין געוויסע צייטן פון טאג קען זיין אז דער מענטש אונטערשיידט זיך ניט פון א דומם; אין אנדערע צייטן איז ער אין דער דרגא פון א צומח אדער א חי, און עס זיינען פאראן די צייטן פון מעשים און טעטיקייטן וואס זאגן עדות, אז ער איז א אדם - א שכלי ורוחני. 

דער מוסר השכל פון ראש השנה פאר יעדן מענטשן איז: 

דער אנהויב, ראש השנה, איז ערשט דאן ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן. די גאנצע פריערדיקע בריאה פון דומם, צומח, חי, בארעכטיקט נאך ניט די פייערונג פון בריאת העולם; ערשט דאן ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן און האט גערופן די גאנצע בריאה: "בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (קומט, לאמיר זיך בוקן, קניען און דינען ג-ט אונזער באשעפער) און האט עס דורכגעזעצט אז אזוי איז דאס געווען (זהר חלק א' רכא, ב. פרקי דרבי אליעזר פרק י"א); אז ער האט פארבונדן די בריאה מיט דעם בורא און געמאכט די וועלט פאר א משכן און מקדש פאר דער ג-טלעכער שכינה - דאן ווערט דערפילט די כוונה און תכלית פון דער גאנצער בריאה און פון יעדער טייל פון איר, און דאן ערשט איז - ראש השנה, א נייע צייט. 

אזוי בא יעדן מענטשן, סיי אין פארלויף פון לעבן בכלל, סיי יעדן טאג בפרט, איז די פנימיות און עצמיות פון מענטשן באשטייט אין דעם, אז דער חלק האדם וואס איז אין אים זאל באווירקן און דורכדרינגען דעם חלק החי, דעם חלק הצומח און דעם חלק הדומם בא אים. ערשט דאן איז דער נאמען "אדם" ריכטיק צוגעפאסט און נאר דאן, ווען אויך די טיילן פון זיין לעבן און טעטיקייטן אין וועלכע ער גלייכט זיך אויס מיט א חי, צומח און אפילו דומם, ווערן פון אים אויסגעלייטערט, אויסעאיידלט און דערהויבן ביז זיי ווערן אויך דורכגעדרונגען מיט דער הויכקייט פון מדבר, אזוי איז דער גאנצער אדם, דער גוף און נשמה, זאל דורכפירן דעם רוף: "בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו"!, דאס קען מען נאר דערגרייכן דורך פירן א לעבן לויט די אנווייזונגען פון בורא, א לעבן על פי תורה ומצוה פון ה' עושנו.

שטייענדיק אויפן שוועל פון דעם נייען יאר, אנהויבנדיק א נייען יאר און א נייע תקופה אין לעבן, דארף יעדער מענטש נאכאמאל אריינטראכטן זיך און איינקריצן אין זיין זכרון, אז "זה היום תחילת מעשיך", דאס איז דער אנהויב, דער יסוד און תכלית פון דער גאנצער בריאה קבלת עול מלכות שמים, ווען די גאנצע בריאה רופט אויס: "ה' מלך, ה' מלך, ה' ימלוך לעולם ועד". 

בברכת שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.