ב"ה, ב' כסלו, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י. — מר ירחמיאל שי' האָניג, לאָנדאָן
שלום וברכה!
אייער בריוו איז צו מיר אָנגעקומען מיט גאָר אַ גרויסער פאַרשפּעטיקונג.
איך בין געווען צופרידן פון דעם אינהאַלט, ספּעציעל דעם גייסט אין וועלכן אייער בריוו איז געשריבן געוואָרן, וואָס באַווייזט אויף אייער צוגעבונדנקייט צו אונזער געמיינזאַמער אייביגער ירושה, ווי דער
פסוק
זאָגט: תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב.
וואָס אויב פון יעדן אידן ווערט ערוואַרטעט אַזאַ באַציאונג צו דער ירושה – און זעלבסטפאַרשטענדלעך איז ניט
געמיינט
צו האַלטן עס אונטער אַ גלאָז, נאָר ווי די ווערטער צוה לנו משה דייטן אָן, ווי משה רבינו האָט געוואָלט און אָנגעזאָגט, אַז די תורה זאָל דורכנעמען דעם טאָג-טעגלעכן לעבן און מיט לעבעדיקייט – ווערט עס דאָך זיכער ערוואַרטעט אין גאָר אַ גרויסער מאָס פון איינעם וואָס – לויט זיין שרייבן – איז אַן אָפּשטאַמלינג פון אַ רבי'עשע און חסידישע משפחה.
און דאָס וואָס איר שרייבט, אַז איר זייט ניט קיין פּראָפעסיאָנעלער חסיד, איז פאַרשטייט זיך – בכלל ניטאָ אַזאַ מציאות, וואָרום דער וואָס באַטראַכט עס אַלס אַ פּראָפעסיע איז קיין חסיד ניט.
חסידות
איז געבויט אויף אינערלעכע התלהבות און טיפע צוגעבונדנקייט, ביז עס ווערט דער עצם מענטש, לויט די צוויי נוסחאות (אָדער הויפּט-שטראָמען) אין חסידות: נוסח פּוילין (אָדער ווי עס ווערט אַמאָל אָנגערופן נוסח חג"ת – חסד, גבורה, תפארת) – וואו התלהבות דריקט זיך אויס אויך אין דער אויסערלעכער פאָרם, און נוסח חב"ד – חכמה בינה דעת, מיט הדגשה אויף שכל. און זיכער איז איבעריק מאריך צו זיין אין דעם פאַר אייך.
איך וויל נאָר צוגעבן, אַז דער צד השוה און הויפּט אויפגאַבע פון יעדן אידן, ספּעציעל אין אונזער צייט, איז ניט צו באַגנוגנען זיך דערמיט וואָס די קאָפּ אַליין ווייס וועגן אַ גוטע זאַך, און די האַרץ פילט אַ גוטע זאַך, נאָר דאָס מוז אַראָפּקומען אין אַלע רמ"ח אברים אין מעשים בפועל, ווי אונזערע חכמים
ז"ל
אונטערשטרייכן: מעשה הוא העיקר. דאָס גלייכן דאַרף מען זיך ניט באַגנוגנען צו האַלטן גוטע זאַכן פאַר זיך און די אייגענע רמ"ח אברים, נאָר יעדער איינער דאַרף טאָן וואָס ער קען אַז דאָס זאָל ווערן דאָס אייגנטום און דורכנעמען דאָס לעבן פון יעדן אידן וואָס מ'קען דערגרייכן, וואָרום סוף סוף זיינען
אַלע
אידן אברים פון איין גוף, קומה שלימה פון כנסת ישראל.
און אומקערנדיק זיך צו דאָס אויבנגעשריבענע – אויב פון יעדן אידן ווערט געפאָדערט צו דערפילן די דערמאָנטע הויפּט אויפגאַבע, וואָס אויף דעם באַקומט יעדער איד ספּעציעלע כוחות – על אחת כמה וכמה אַז דאָס ווערט געפאָדערט פון אַן אָפּשטאַמלינג פון אַ רבי'עשע משפחה, וואָס אין צוגאָב צו די אַלגעמיינע כוחות פון תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, האָט ער בירושה אויך ספּעציעלע כוחות פון עלטערן און אורעלטערן.
איך וועל נאַטירלעך זיין צופרידן, און עס וועט מיר פאַרשאַפן אַ באַזונדערן פאַרגעניגען צו הערן פון אייך גוטע בשורות אין באַצוג צו אַלעס אויבנגעשריבנע.
בכבוד ובברכה,
מ. שניאורסאָהן
אין ענטפער אויף אייער הצעה צו שרייבן אַן אָפּשאַצונג וועגן אַ באַשטימטע פּערזענלעכקייט – איז בכלל איז דאָס ניט מיין ענין, און בפרט וועגן איינעם וואָס געפינט זיך שוין ניט צווישן די לעבעדיגע דאָ.
וויבאַלד אָבער אַז די זאַך איז שוין אויפגענומען געוואָרן, און מיין ניט רעאַגירן קען אויסגעטייטשט ווערן ניט ריכטיג, מוז איך אַמווייניקסטענס זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם, פאַנאַנדערטיילנדיג דאָס אין צוויי ענינים: א) דער מענטש אַלס מענטש, וואָס דאָס שליסט איין – און אדרבה צו אַלעם ערשטן – זיין פּערזענלעכן לעבן; ב) די שיטה און ווערק פון דעם באַטרעפנדן, וואָס אין די ביידע בין איך שאַרף ניט מסכים מיט אייער אָפּשאַצונג.
אָנהויבנדיג פון דאָס צווייטע. אויב מ'זאָל אפילו אָננעמען, אַז זיינערצייט, ד.ה. מיט עטלעכע צענדליג יאָר צוריק, איז די וועג אויף פאָרברענגען חסידות צו ברייטערע קרייזן געווען דורך סטיליזירן דאָס, ביז וואַנעט דאָס זאָל ווערן ענלעך צו אַ שיטה וואָס איז פרעמד צו חסידות, באַטראַכטנדיג אַז דאָס וועט זיין אַ צוגרייטונגס-שטופע צום צוקומען סוף סוף צו חסידות – איז זיכער, אַז אין די לעצטע יאָרן איז ניט געווען אין דערויף קיין נויטווענדיקייט. במילא האָט מען מיט
דעם
צוגאַנג – בלויז געגעבן אַ פאַלשן בילד פון חסידות, פון דעם וואָס איז אמת לאמתו פון תורת אמת.
מיין פּערזענלעכע מיינונג, באַגרינדענט אויך אויף
מיין
לעבן אין דייטשלאַנד עטלעכע יאָר, איז אַז אויך דאַן האָט מען געקענט פאָרברענגען חסידות אין איר אמת'ן תוכן, און עס וואָלט זיך צוגענומען אין דער ריכטיגער פאָרם, אָן פיל יוצא-דופן'ס.
צוריקגייענדיק צום ערשטן ענין – און דאָס דערקלערט אויך פאַרוואָס דאָ האַנדלט זיך וועגן צוויי פאַרשידענע ענינים, היפך פון תורת החסידות וואָס לערנט, אַז אַ מענטש און זיין ווערק דאַרף זיין גאָר ענג פאַרבונדן (ביז – דאָס דאַרף זיין איין איינהייט). אָבער לויט דאָס אויבנגעשריבענע פאַלט אָפּ די קשי'. בנוגע צו אַ מענטשן דאַרף מען דאָך, ווי אויבנגעשריבן, צום אַלעם ערשטן אורטיילן לויט זיין פּערזענלעכן לעבן און אין וואָס ער האָט זיך "געקאָכט", און בפרט אין קאַרדינאַלע פראַגען. איז בנוגע דעם באַטרעפנדן דאָך דאָ די שטעלונג אין דעם אַזוי-גערופענעם סכסוך צווישן אידן און אַראַבער אין ארץ ישראל, און די שטעלונג וועגן אָננעמען אַ מעדאַל פון כבוד פון דייטשלאַנד, (וואָס באמת נאַרט זיך קיינער ניט, און דאָס איז די זעלבע דייטשלאַנד פון אַמאָל (אפילו די וואָס שרייען אַנדערש, איז דאָס דאָך נאָר וואָס מ'וויל איינריידן אַ צווייטן); און געוויס ניט אַזאַ וואָס האָט דאָרט געלעבט צענדליגע יאָרן און געלעבט מיט זייער קולטור און זייער אַרט דענקען אפילו נאָכן אַנטלויפן-אַרויסגעטריבן ווערן פון דאָרט). און אויך איז דאָ די ניט אויפגעקלערטע פראַגע, אָדער ווי מאַנכע זאָגן – גראַדע די אויפגעקלערטע פראַגע, פון זיין פרוי.
אין דעם גייסט פון
אָנהויבס
פון בריוו; אויב באַ יעדן אידן איז דער ענין פון זכה וזיכה את הרבים איינע פון די גרעסטע דערגרייכונגען, איז דערפון פאַרשטאַנדיק דער היפּך דערפון, ווי
די
משנה זאָגט; על אחת כמה וכמה איינער וואָס האָט געוואָלט און געטאָן אַלץ וואָס ס'איז אים מעגלעך געווען, אַז מ'זאָל אים אָננעמען אַלס וועג-ווייזער און מוסטער וכו' וכו' – זיינען די דערמאָנטע דריי ביישפּילן פון פּערזענלעכן לעבן גענוג כאַראַקטעריסטיש, דאַן – די דערציילונגען פון די וועלכע האָבן געלעבט אין דער זעלבער שטאָט און זעלבן געגנד וואו ער האָט געלעבט אין די לעצטע יאָרן.
עס טוט מיר לייד וואָס איך מוז שרייבן דאָס אויבנגעשריבענע; דער אמת איז דאָך אָבער אַזוי.
ויהי רצון, אַז וויבאַלד איך בין אַרויס פון מיין גדר און האָב געשריבן די אויבנדערמאָנטע אויסדרוקן, זאָל דאָס לכל הפחות ברענגען די געוואונשענע רעזולטאַטן, אַז איר און די אַלע וועלכע שטייען אונטער זיין ווירקונג, זאָלן איבערשאַצען אייער באַציאונג בעבר צו דער שיטה און דעם מענטשן, און גיין אין דער ריכטונג פון תורתנו תורת אמת, וואָס איז צוזאַמען דערמיט אויך תורת חיים – אַ
תורה
(מלשון הוראה) וואָס באַווייזט ווי צו לעבן, אַז דאָס לעבן זאָל זיין ווערט אָנגערופן צו ווערן אמת'ער לעבן.
מיט אַכטונג און ברכה,
הנ"ל