ב"ה, ראש חודש אדר הסמוך לניסן, ה'תשכ"ז
ברוקלין, נ.י.
צו דער 25'טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
היי-יאר, ווי באקאנט, איז א יאר פון הקהל, ווען עס קומט-צו א ספעציעלע מצוה (אין דער צייט פון בית-המקדש) צו פארזאמלען דעם גאנצן פאלק, מענער, פרויען און קינדער (האנשים והנשים והטף), צו דערמוטיגן זיי אין ענינים פון יראת-שמים, תורה ומצוות (למען
ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה"א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת).
בכלל זיינען פאראן חילוקים אין די פארפליכטונגען בנוגע די מצוות פון דער תורה הקדושה. פאראן מצוות וועלכע פארפליכטען סיי מענער און סיי פרויען, פאראן מצוות וועלכע פארפליכטען ספעציעל די מענער, אדער ספעציעל די פרויען. וואס ס'איז שייך צו קינדער - איז פאראן א פליכט אויף די דערוואקסענע צו געבן זיי דעם ריכטיגען תורה-ומצות-חינוך, אבער די תורה פארפליכטעט ניט דירעקט די קינדער, ביז זיי דערגרייכן דעם דערוואקסענעם עלטער (אינגלעך פון 13 יאר און מיידלעך פון 12 יאר).
אן אויסנאם איז די מצוה פון הקהל, וואס פארפליכטעט אלעמען - מענער פרויען און קינדער, אויך גאר קליינע קינדער, אן אויסנאם.
עס איז פאראן אן ענלעכקייט צווישן דער מצוה פון הקהל און דעם ענין פון פורים (וואס מיר וועלן פייערן דעם חודש), אין דעם וואס אויך די געשעענישן פון פורים האבן אנגערירט אלע אידן גלייך - מענער, פרויען און קינדער (כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד). דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין דער אידישער געשיכטע, ווען דאס גאנצע פאלק איז געשטאנען אין געפאר פון טאטאלער פארניכטונג ח"ו.
און וויבאלד אז די גזירה פון המן הרשע האט ארומגענומען דעם גאנצן אידישן פאלק, במילא האט אויך די רעטונג געקענט קומען בלויז דורך מיטלען וועלכע האבן אויך ארומגענומען דעם גאנצן אידישן
פאלק. דערפאר איז געווען אסתר'ס פאדערונג - לך כנוס את כל היהודים, צו פארזאמלען אלע אידן צו פאסטן און תשובה טאן. אונזערע חכמים ז"ל דערציילן, אז אויך די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן, זיינען אריינגעצויגען געווארן אין דעם תענית, ביז צו א תנועה פון מסירת-נפש ממש. נאך מער, ספעציעל אין זכות פון די קליינע קינדער, וועמען מרדכי הצדיק האט פארזאמלט און געלערנט תורה מיט זיי,
און וועלכע האבן אויסגערופן, אז זיי שטייען מיט מרדכי'ן אויף לעבן און ח"ו פארקערט - איז די גזירה בטל געווארן און דער נס פון פורים איז געשען.
אין אונזער צייט, און אין די פרייער מדינות, שטייען אידן ניט ח"ו אין א געפאר פון א גזירת-המן, אבער די געפאר איז ניט ווייניקער ערנסט אויב זי איז אין דער פארם פון אסימילאציע. דארט וואו דער לעבן איז אויסגעליידיקט ר"ל פון אידישן אינהאלט, וואו די קינדער ווערן בארויבט פון זייער רעכט אויף א תורה-טרייען חינוך, זיינען די קינדער די ערשטע און אומשולדיגע קרבנות, און אז מען פארלירט ח"ו די קינדער פארלירט מען דאך אלץ.
דערביי איז תורה-חינוך א לעבנס-פראגע היינט-צו-טאג ניט ווייניגער ווי אין דער צייט פון מרדכי און אסתר. און אזוי ווי היי-יאר איז א יאר פון הקהל, איז די דערמאנונג א דאפעלטע, ווארום ביידע - די מצוה פון הקהל און די געשעענישן פון פורים - אונטערשטרייכן די לעבנס-וויכטיקייט פון חינוך-על-טהרת-הקודש, ספעציעל פון דער פריסטער יוגנד אן. און דאס איז די אמת'ע באווארעניש קעגן אלע פארשידענע גזירות ח"ו, אז עס זאל לכתחילה ניט קומען צו א געפאר און מען זאל ניט דארפן אנקומען צו נסים.
אין דער ליכט פון די אויבנדערמאנטע געדאנקען, איז צו האפן, אז אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה פון די נציבי הישיבה וועלן נאך בעסער און גרינטלעכער אפשאצן די לעבנס-וויכטיגע ארבעט פון דער גרויסער תורה און חינוך פעסטונג, די ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל, און דעם גרויסן און אייביגען זכות וואס זיי האבן אין איר אונטערשטיצונג. און אזוי ווי אלע זאכן פון טוב און קדושה דארפן האלטן אין שטייגען (מעלין בקודש), וועט מען זיך זיכער ניט באגנוגנען מיט די דערגרייכונגען אין דער פארגאנגענהייט, נאר מען וועט זען אז דער היינט זאל אריבערשטייגען דעם נעכטן, און דער מארגן זאל אריבערשטייגען דעם היינט, צו דערמעגלעכען וואס מער אידישע קינדער צו באקומען דעם ריכטיגען
חינוך-על-טהרת-הקודש.
דער אויבערשטער זאל געבן, אז דער זכות פון הפצת התורה והמצוות זאל ביישטיין יעדן איינעם מיט די בני-בית שיחיו, אין אלע ענינים סיי אלגעמיינע און סיי פערזענלעכע, עס זאל שטענדיג זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה, אין דעם איינפאכן און אויך טיפערן זין פון שמחת פורים - ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר - אורה זו תורה וכולי.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות
מ. שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 383, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
א יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
האנשים והנשים והטף..התורה הזאת: וילך לא, יב.
הקהל..פורים: ראה גם לקמן אגרת ט'רצו.
כל היהודים..ביום אחד: אסתר ג, יג.
לך כנוס את כל היהודים: שם ד, טז.
אונזערע חכמים ז"ל דערציילן: ראה אסת"ר פ"ט, ד. פ"י, ד. ועוד.
מעלין בקודש: ברכות כח, א. וש"נ.
מרבין בשמחה: תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר: אסתר ח, טז.
אורה זו תורה וכולי: מגילה טז, ב.
B"H, Rosh Chodesh Adar adjacent to Nissan, 5727.
Brooklyn, NY.
To the 25th annual gathering of the "Netzivei HaYeshivah" Tomchei Temimim Lubavitch in Montreal, may Hashem be upon them for life.
Shalom u'Vrachah!
This year, as is well known, is a year of Hakhel—a time when there was a special mitzvah (in the era of the Beis HaMikdash) to assemble the entire nation: men, women, and children (ha'anashim ve'hanashim ve'hataf), to encourage them in matters of awe of Heaven, Torah and mitzvos (lema'an yishme'u u'lema'an yilmedu veyir'u et Hashem v'shamru la'asot et kol divrei haTorah hazot). In general, there are differences in obligations regarding the mitzvos of our holy Torah. Some mitzvos obligate both men and women; some obligate only men or only women. As for children—there is an obligation on adults to provide them with proper Torah and mitzvah education, but the Torah does not directly obligate children until they reach adulthood (boys at 13 years old and girls at 12 years old).
An exception is the mitzvah of Hakhel, which obligates everyone—men, women, and children—even very young children without exception.
There is a similarity between the mitzvah of Hakhel and the concept of Purim (which we will celebrate this month), in that the events of Purim also affected all Jews equally—men, women, and children (kol haYehudim minaar ve'ad zaken taf ve'nashim b'yom echad). This was the first time in Jewish history when the entire nation faced danger of total annihilation G‑d forbid. And since Haman's decree encompassed all Jews, salvation could only come through means that also encompassed all Jews. Therefore Esther demanded—lech kenos et kol haYehudim—to gather all Jews for fasting and repentance.
Our Sages tell us that even small children—tinokot shel beit rabban—were included in this fast to the point of actual self-sacrifice. Moreover, it was especially in the merit of these small children whom Mordechai gathered to learn Torah with him—and who declared their allegiance to Mordechai for life or G‑d forbid otherwise—that the decree was nullified and the miracle of Purim occurred.
In our times and in free countries Jews are not G‑d forbid under threat like Haman's decree; however, the danger is no less serious if it comes in the form of assimilation. Where life is emptied G‑d forbid of Jewish content—where children are deprived of their right to a true Torah education—the children become the first and innocent victims. If we lose G‑d forbid our children—we lose everything.
Therefore today Torah education is a matter of life no less than it was in Mordechai and Esther's time. And since this year is a year of Hakhel—the reminder is doubled: both Hakhel and Purim emphasize how vital pure Torah education is—especially from earliest youth onward. This is truly the protection against all kinds of decrees G‑d forbid so that there should never even arise any danger nor need for miracles.
In light of these thoughts it is hoped that all participants at this annual gathering of Netzivei HaYeshivah will better appreciate the vital work done by this great fortress of Torah and education—the Lubavitcher Yeshivah in Montreal—and recognize their great and eternal merit in supporting it.
And just as all matters of good and holiness must always ascend (ma'alin bakodesh), surely one will not be satisfied with past achievements but will see that today surpasses yesterday—and tomorrow surpasses today—in enabling more Jewish children to receive proper pure Torah education.
May Hashem grant that the merit of spreading Torah and mitzvos stand by each one with their families—in all matters both general and personal—and may it always be with increasing joy (marbin b'simchah), both in its simple sense and its deeper meaning as found on Purim: "LaYehudim hayta orah v'simchah v'sasson v'yikar" (for the Jews there was light and gladness and joy and honor)—orah zu Torah etc.
Summary
The Rebbe teaches that both Hakhel and Purim highlight how every Jew—including even young children—must be included in communal inspiration toward Torah observance. True protection for our people comes from ensuring every child receives pure Torah education from their earliest years.