שלום וברכה!
[כ"ד ניסן תשכ"ה]
עס איז צו מיר "צופעליק" געקומען צו דער האנט אייער ארטיקל אין דעם פסח-נומער פון "דזשואיש אדוואקאט" - "וועגן אידישע אטעאיסטן". "צופעליק", וייל אייער ארטיקל דערשיינט אויף דער אנדער זייט פון מיינעם א בריוו אויף דער טעמע פון "דיאלאג". ס'איז אבער איבעריק צו זאגן, אז בא אונז אידן איז דאך בכלל ניטא דער ענין פון צופעליקייט, ווייל אלץ איז בהשגחה פרטית.
אזוי ווי א איד זוכט כסדר רמזים, געפן איך אין דער דערמאנטער
צוזאמענטרעפעניש פון אונזערע ארטיקלען א מעגליכקייט אויסצונוצן די געלעגנהייט און שרייבן אייך עטלעכע שורות, נאך דעם צו-לאנגן איבעררייס אין אונזער קארעספאנדענץ, אדער א פאר ווערטער בא א פארבריינגען.
אגב, האט מען מיר איבערגעגעבן, אז איר זייט געווען אנוועזנד עטלעכע מאל בא "פארברענגענס", אבער צוליב אירגענד וועלכער סיבה האט איר ניט געוועלט צוגיין נעענטער.
אייער ארטיקל האט מיר, נאטירלעך, "אינטריגרט", און איך האב אים געלייענט מיט אינטערעס.
איר שרייבט, אז לכתחילה האט איר גערעכנט אז דער ארויסטריט פון דע[ם] טרויעריק-בארימטן (אדער טראגי-קאמישן) ראביי קעגן דעם רבונו של עולם איז געווען אן אויסדרוק פון פראטעסט (קעגן דער גערעכטלאזיקייט פון דער וועלט). איך נעם אן, אז דאס איז בלויז א מליצה, ווארום זיכער ווייסט איר, אז איינער וואס איז דערצויגן געווארן אין א סעמינאר פון א באוועגונג, וואס איר גאנצע פילאזאפיע איז דער היפך פון קעמפן און רעבעלירן, נאר איז אויסן בלויז צו מאכן זיך לייכטער או באקוועמער דאס לעבן - איז ניט שייך צו אזא מדרגה.
איך בין, זעלבסטפארשטענדליך, מסכים מיט אייך, אז די טענה פון "השופט כל הארץ לא יעשה משפט!" קען זיין אויטענטיש און האבן די געהעריקע שטארקייט - נאר ווען זי רייסט זיך ארויס פון אן אנגעווייטיקטער הארץ פון א טיפן מאמין. דעריבער געפינען ציר טאקע, אז דער ערשטער וועלכער האט זיך אויסגעדריקט די טענה איז געווען אברהם אבינו, דער גרויסער מאמין און פאטער פון די מאמינים בני מאמינים.
אויך דערציילן אונזערע חכמים ז"ל, אז דער ערשטער וועלכער האט אויפגעהויבן די פראגע פון "צדיק ורע לו, רשע וטוב לו" איז געווען ניט קיין אנדערער ווי משה רבנו, דער וועלכער האט ערקלערט צו די אידן, און צו דער גאנצער וועלט, די איידיע פון "אנכי ה' אלקיך" און "לא יהי' לך אלקים אחרים", וואס "אלקים אחרים" איז כולל אויך דעם מענטשלעכן שכל און פארשטאנד ווען מען מאכט זיי אן אפגאט און פוסק אחרון.
דעריבער האט מיר געוואונדערט, וואס איר האט ניט פארגעזעצט דעם
געדאנקען-גאנג און ניט ארויסגעבראכט דעם אויספיר. ווארום, ווי איר ווייסט, איז דער ענטפער אויף משה רבינו'ס טענה - בשעת, לויט דער דערציילונג פון חכמינו ז"ל, מען האט אים געוויזן אז מען האט געריסן רבי עקיבא'ס פלייש אייזערנע קאמען א.ז.וו. און משה רבינו האט אויפגעשטורמט "זו תורה וזו שכרה!" - (איז דער ענטפער) געווען: "שתוק, כך עלה במחשבה!".
לאמיר געדענקען, אז משה רבנו'ס טענה איז דאך ניט געווען בלויז אין ווערטער, נאר בעיקר אין געדאנק. דעריבער איז דער ענטפער "שתוק" ניט געווען אן אנזאג ניט צו ריידן וועגן דעם, נאר אויך ניט צולאזן דעם געדאנק וועגן דעם.
און די איינציקע דערקלערונג איז געווען - "כך עלה במחשבה (העליונה)", וואס איז אייגנטלעך גאר ניט קיין ערקלערונג. פונדעסטוועגן האט עס ניט אפגעשוואכט די אמונה בא משה רבנו און בא אלע אנדערע אויטענטישע פרעגער און מאנער. אדרבה, דאס האט נאך פארשטארקט זייער אמונה, ווי מיר געפינען דאס בפירוש בא אויב'ן; אזוי אויך בא אברהם אבינו, וואס איז ניט נאר געבליבן פעסט בא זיין אמונה, נאר האט אויך געקענט אויסשטיין אלע נסיונות; און אזוי אויך די אנדערע "רעבעלען" זיינען געבליבן טיפע מאמינים ביז צום לעצטן טאג פון זייער לעבן.
איך גלויב, אז איר וועט מיט מיר מסכים זיין אז עס [איז] ניט געווען סתם א צופאל דאס וואס די אלע אויטענטישע פרעגער זיינען געבליבן בא זייער אמונה; נאר אז עס האט גאר אנדערש ניט געקענט זיין. ווארום, אויב נאר מ'מיינט די קשי' מיט אן אמת, און זי איז דאך פארשטענדלעך, אז אזא טיפער געפיל קען קומען נאר פון דער איבערצייגונג, אז דער אמת'ער צדק איז דער צדק וואס שטאמט פון אן איבער מענטשלעכן מקור, דאס הייסט, וואס איז העכער סיי פון דעם מענטשלעכן שכל און סיי פונם מענטשלעכן געפיל. דערפאר רירט די קשיא אן ניט נאר רגש און שכל, נאר אויך זיין פנימיות און עצם מציאות.
אבער נאך דעם ערשטן שטורמישן ארויסטריט, מוז ער זיך כאפן אז דער גאנצער צוגאנג פון שטעלן די קשיא און פון וועלן פארשטיין מיטן שכל דאס וואס איז העכער פון שכל, האט קיין ארט ניט. דעריבער מוז ער - נאך א דערשיטערנדען אמפערן זיך און דורכווייטיקן - סוף כל סוף קומען צום אויספיר - עם כל זה אני מאמין!" אדרבא - נאך שטארקער.
***
דאס אויבנגעזאגטע באציט זיך אויף אייער ארטיקל. עס איז אבער פאראן נאך א נקודה אין דעם, א נקודה וואס איז נוגע דער גאנצער פראבלעם, און עס איז א פלא וואס מ'פארקוקט זי. איך מיין פאלגנדעס:
נאך אלעמען, איז דאך דער גאנצער ענין פון דעם דערמאנטן "קאנפליקט" מיט אמונה ניט קיין נייע זאך, וואס איז אויפגעשוואומען אין אונזער דור. אונזער פאלק האט שוין געהאט אויסצושטיין שחיטות און שמדות ר"ל אין פריערדיקע דורות. די קרייצצוגן, צ.ב., זיינען אין זייער פארנעם "פראצענטועל" און אין אומפאסונג געווען אפשר ניט לייכטער ווי די היטלעריסטישע, מיט דעם אונטערשייד דערצו, וואס דאן איז גארניט געווען קיין שטראל פון האפנונג, אז די לאגע זאל זיך ענדערן; די שחיטות זיינען אנגעפירט געווארן אין נאמען פון אותו האיש און די טריניטי, וואס לויט דער אידישער אויסטייטשונג איז דאס אמת'ע עבודה-זרה, וואס אידן האבן בשום אופן ניט געקענט אננעמען; נאכדעם ווי די טערקן זיינען באזיגט געווארן דורך די קרייצטרעגער, איז ניט געווען קיין אויסזיכט אויף קיינע "פארבינדעטע". בשעת אין היטלער'ס י"ש צייטן - זיינען די שחיטות פארגעקומען "סתם" פון ווילדקייט און חי'שער נאטור פונם מענטשן, און מען האט געקענט האפן, אז אפשר וועט די וועלט פארט אויפגעטרייסלט ווערן, און דער עיקר, אז די פארבינדעטע וועלן סוף כל סוף זיגן און מאכן א סוף צו היטלערן ימח שמו.
מיט אנדערע ווערטער: דער איד דער מאמין ביז 1940, וואס איז געבארן געווארן אינם 20'טן יארהונדערט און האט געוואוסט וועגן דער אידישער געשיכטע און די איבערלעבענישן פון אונזער פאלק, מיט אלע גזירות און שמדות ר"ל, פון די קרייצטרעגער און פריער, ביז נבוכדנצר מלך בבל וכו', האט נאר געקענט פרעגן, פארוואס ער און זיין משפחה זיינען פארמישט אין דעם היטלער פלאן; אבער דער עצם ענין פון שטענדיקן עומדים עלינו לכלותנו איז טיילווייז גיט זיך דאס זיי איין - איז בא אים קיין נייעס ניט געווען; במילא האט היטלער ניט געקענט אנרירן זיין אמונה אין דעם רבונו של עולם. בלויז דער וואס זיין אמונה איז אויך פריער געווען א שוואכע און ער האט געזוכט א "באגרנדונג" פאר זיין פארלייקענען דעם רבונו של עולם, האט געפונען אזא באגרידונג, כביכול, אין דער היטלער געשיכטע.
די היטלער געשיכטע האט יא געבראכט א חידוש, אבער אין אן אנדער
ריכטונג - אין דעם געביט פון מענטשלעכער אנטוויקלונג, קולטור און ציוויליזאציע.
פיל האבן געגלויבט בפרט אין די רייען פון די אזוי-גערופענע משכילים - אז אין 20'טן יארהונדערט האבנדיק דערגרייכט אזא ציוויליזאציע, מיט פארשידענע "הויכע" פילאזאפישע סיסטעמען, מיט א פארשפרייטע הויכע בילדונג, מיט אזא שול-וועזן און אזויפיל אוניווערזיטעטן, מיט אזא הויכע עטיק און שיינע מאנירען, קען ניט פאסירן דאס וואס עס האט פאסירט אין די "פינסטערע צייטן פון מיטלאלטער". די דאזיקע שטימונג האט זיך אויסגעדריקט אין דער ליטעראטור, אין דער פרעסע, און אויך אין מינדלעכע געשפרעכן פון פירנדע פערזענלעכקייטן און דענקער. דערמיט האט מען געוועלט אפשלאגן דעם "פארעלטערטן" צוגאנג פון תנ"ך, אז "חסד לאומים חטאת", און רשב"י'ס באהויפטונג אז " הלכה ידוע שעשו שונא ליעקב". פלוצלונג איז געקומען דער גרויסער קראך, און די גאנצע קולטור און ציוויליזאציע פון דעם 20'טן יארהונדערט איז צוזאמענגעבראכן. עס האט זין ארויסגעוויזן, אז עס איז גאר קיין סתירה ניט וואס פון איין זייט איז ער א פילאזאף, אדער א פאעט, מיט שיינע מאנירען, און נעמט אויס אין א הויכער געזעלשאפט אין א סאלאן אין בערלין, און דער זעלבער מענטש קומט דאן אין טרעבלינקא אד"ג און טוט אפ די אלע זאכן וועלכע זיינען דארט אפגעטאן געווארן. און דא האנדלט זיך ניט וועגן אויסנאמספאלן, "מאנסטערס" און פארזעענישן בצורת אדם, נאר וועגן א 100 מיליאן מענטשן, א גאנץ פאלק. און דערביי - ציטירנדיק די קעפלעך פון אייערע ארטיקלען - "די וועלט האט געשוויגן". דערצו קען מען נאך צוגעבן אן אונטערקעפל, אז א גאר חשובע טייל פון דער וועלט איז געווען צופרידן וואס "די זאך" ווערט אפגעטאן (און)אדער) חאטש ס'ווערט אפגעטאן דורך אנדערע).
אויב די היטלער געשיכטע האט ערגעץ געדארפט אנרירן דעם גלויבן, האט זי געדארפט און ניט נאר אנרירן נאר אויך קלאר באווייזן, אז מען קען זיך ניט פארלאזן אויף דעם מענטשלעכן געפיל פון צדק און יושר, ווען אפילו דער מענטש האט הויכע בילדונג און אן אוניווערזיטעט דיפלאמא, און איז אויך דער זון פון א דיפלאמירטן אקאדעמיקער.
צום באדויערן, און צו שאנדע, האט מען מורא ארויסצוקומען מיט אט דעם באשיינפערלעכן אויספיר, שוין אפגערעדט פון די לאגישע קאנסעקווענצן צו וועלכע דער אויספיר דארף פירן בנוגע דעם טאג-טעגלעכן לעבן. די דאזיקע אומפארציילעכע צוריקגעהאלטנקייט געפינט מען ליידער אויך בא פרומע ווארטזאגער, און אפילו בא אזעלכע וואס האבן מיט די אייגענע אויגן געזען וואס מענטשן קענען אפטאן אויב מ'לאזט זיי איבער אין זייער אייגענעם רשות. און דאס איז, ווי געזאגט אין אנהויב בריוו, ווייל מ'זוכט שיך לייכטער און באקוועמער צו מאכן דאס לעבן, און עס זאל זיך שלאפן בעסער. ווארום ס'איז לייכטער מיטצוגיין מיט דער וועלט, כאטש ס'איז די זעלבע וועלט וואס האט געשוויגן, און אין א גרויסען טייל געווען אויך צופרידען אין הארצן.
***
און איצט ערלויב איך מיר א פערזענלעכע באמערקונג, וואס איז פארבונדן מיט אונזער שמועס בשעת מיר האבן זיך געטראפן בא מיר אין צימער. אייער סעריע ארטיקלען "און די וועלט האט געשוויגן" האט אין מיר נאכאמאל דערוועקט דעם געדאנק, ווא איך וויל דא אויסדריקן, בא דער געלעגנהייט:
צו געדענקען און ניט צו פארגעסן, ווי די תורה זאגט: זכור את אשר עשה לך עמלק - איז זעלבסטפארשטענדלעך א פאזיטיווע זאך; אין דעם לשון פון אונזערע חכמים ז"ל איז דאס א מצות-עשה. בפרט וען מען זעט די וואקסענדע טענדענץ און די באמיאונג צו פארגעסן און מאכן פארגעסן.
אבער נאך דעם אלעמען, איז דאס געדענקען - בלויז איין טייל פון דער אויפגאבע וועלכע ליגט אויף אונז. די אנדערע, און אפשר נאך וויכטיקערע טייל, איז צו ארבעטן און ווירקן אקטיוו קעגן דער אזוי0גערופענער "פיינאל סאלושאן" ווא היטלער, פונקט ווי המן האבן געהאט אין זינען.
די קעגנווירקונג דארף זיך אויסדריקן דורך מעשים אין דער ריכטונג פון "כן ירבה וכן יפרוץ". צו דערגרייכן דעם ציל וועט ניט העלפן דאס וואס מען וועט זיך שווער מאכן אויפן הארצן דורך כסדר דערמאנען זיך און ניט פארגעסן, ווי וויכטיק דאס איז. מ'מוז פארגרעסערן און פארשפרייטן די דערמוטיקונג אויפצובויען דעם אידישן פאלק, אלס אידיש פאלק, און פשוט אין דעם געביט פון ויפרו וירבו ויעצמו במאד מאד - פונקט פארקערט פון דעם געפלאנטן "פיינאל סאלושאן".
ווי אין אלע זאכן, אזוי אויך אין דעם, איז נויטיק - אין צוגאב צו מינדלעכער דערמוטיקונג - צו ווייזן א לעבעדיקן ביישפיל. בפרט איינער וואס האט אליין איבערגעלעבט די אלע זאכן, דארף זיכער ווייזן, אז ניט נאר האט היטלר י"ש ניט אויסגעפירט, נאר אויף צו להכעיס אים און זיינע ארויסהעלפער וועט ער דוקא אויפשטעלן א גרויסע פאמיליע מיט זין און טעכטער און אייניקלעך.
איך ערלויב מיר צו זאגן מיט דער גאנצער שטארקייט, אז ניט קוקנדיק ווי וויכטיק עס איז צו דערציילן דעם איצטיקן דור וואס עס האט פאסירט מיט אונז, און ווי שווער עס זאל ניט זיין צו באפרייען זיך פון יענע זכרונות און איבערלעבונגען, איז אבער, לויט מיין אויפפאסונג, די ערשטע אויפגאבע מקיים צו זיין "בעל כרחך אתה חי", מיט דעם טראפ אויף אתה חי, ד.ה. עס זאל זיך אנזען די לעבעדיקייט. מיט אנדערע ווערטער: איר דארפט מאכן יעדע אנשטרענגונג ארויסצורייסן זיך אין דעם מאמענט פון יענע איבערלעבונגען און אריינצוגיין אין א סדר חיים, א פארהייראטן לעבן, אויפצושטעלן א אידישע היים און א אידישע פאמיליע. דאס וועט זיכער בייטראגן צו היטלער'ס מפלה, אז ער האט ניט אויסגעפירט צו מאכן ווייניקער מיט א וויזשניצער חסיד; אדרבה, איר וועט אויפהאגעווען קינדער און אייניקלעך, וויזשניצער חסידים עד סוף כל הדורות. איך מיין דא ניט סתם א גלייכווערטל, כאטש איך בין ניט מדייק און באשטיי א וויזשניצער אדער א ליובאוויטשער, אדער סתם א איד שומר תורה ומצוה. אבער אויב דאס קען זיין אין דעם אופן, איז געוויס גוט. און אזוי ווי איר האט אין אייער לעבן דורכגעמאכט שווערערע זאכן, און איר זייט איצט אין אמעריקע, איז אויב איר וועט וועלן מיט אן אמת, וועט איר דאס אויך דערגרייכן. והשם יתברך זאל אייך מצליח זיין.
צו א ליינגער בריף? אויב אבער אירר וועט נאך שבועות חתונה האבן כדת משה וישראל במזל טוב - איז כדאי מיין שרייבן און אויך די טרחא פון אייער לייענען.
נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 255.
האגרת היא למר אלי' שי' וויזל.
מאמינים בני מאמינים: שבת צז, א.
דערציילן אונזערע חכמים: ברכות ז, א.
דערציילונג פון חכמינו: מנחות כט, ב.
די... חידוש: ראה גם לעיל אגרת ח'תתקמ, ובהנסמן בהערות שם.
הלכה: ספרי הובא בפרש"י וישלח לג, ד.
דעם לשון... חכמים: ראה אנציקלופדי' תלמודית ערך זכירת מעשה עמלק (ע' ריט).
וש"נ.
בעל... חי: אבות ספ"ד.
Shalom u'Vrachah!
It "coincidentally" came to my attention—your article in the Pesach issue of "Jewish Advocate" about Jewish atheists. "Coincidentally," because your article appeared on the other side of one of my letters on the topic of "dialogue." But it is unnecessary to say that for us Jews, there is no such thing as coincidence, since everything is by Divine Providence. Just as a Jew constantly seeks hints, I find in this mentioned convergence of our articles an opportunity to use the occasion and write you a few lines after this too-long break in our correspondence, or a few words at a farbrengen. By the way, I was told that you have attended several farbrengens but for some reason did not want to come closer. Your article naturally intrigued me, and I read it with interest.
You write that initially you thought that the departure of the (sadly famous or tragically comic) rabbi against the Master of the Universe was an expression of protest (against the injustice in the world). I assume this is only a figure of speech because surely you know that someone raised in a seminary of a movement whose entire philosophy is contrary to fighting and rebelling—whose goal is only to make life easier or more comfortable—cannot reach such a level. Of course, I agree with you that the claim "HaShofet Kol HaAretz Lo Ya'aseh Mishpat!" (Shall not the Judge of all the earth do justice!) can be authentic and have real strength—but only when it bursts forth from a pained heart of a deep believer. Therefore we find that the first who expressed this claim was Avraham Avinu, the great believer and father of believers. Our sages also tell us that the first who raised the question "Tzaddik v'ra lo, rasha v'tov lo" (Why do righteous suffer and wicked prosper) was none other than Moshe Rabbeinu, who explained to Jews and to the whole world the idea of "Anochi Hashem Elokecha" (I am Hashem your G‑d) and "Lo yihiyeh lecha elohim acherim" (You shall have no other gods), where "other gods" also includes human intellect when it is made into an idol and final authority.
Therefore I wondered why you did not continue this line of thought and did not bring out its conclusion. Because as you know, when Moshe Rabbeinu raised his claim—when according to our sages he was shown how Rabbi Akiva's flesh was combed with iron combs etc., and Moshe Rabbeinu cried out "Zu Torah v'zu secharah!" (Is this Torah and this its reward!)—the answer was: "Shtok, kach ala b'machshavah!" (Be silent; so it arose in thought!). Let us remember that Moshe Rabbeinu's claim was not just words but mainly thought. Therefore, the answer "Shtok" was not just an instruction not to speak about it but also not to allow even thinking about it. And the only explanation given was: "Kach ala b'machshavah ha'elyonah" (So it arose in supernal thought), which is really no explanation at all. Nevertheless, this did not weaken Moshe Rabbeinu's faith nor that of all other authentic questioners and believers. On the contrary—it strengthened their faith even more, as we see explicitly with Iyov; so too with Avraham Avinu who remained steadfast in his faith and could withstand all tests; likewise all other "rebels" remained deep believers until their last day.
I believe you will agree with me that it was no mere coincidence that all these authentic questioners remained faithful; rather it could not have been otherwise. For if one truly means their question—and such a deep feeling can only come from conviction that true justice comes from a source beyond human intellect or feeling—then this question touches not just emotion or intellect but one's very core existence. But after this initial stormy outburst, one must realize that trying to understand with intellect what is beyond intellect has no place. Therefore after being shaken up and pained by an answer like this, ultimately one must come to conclude: "With all this—I still believe!" And even more strongly.
The above relates to your article. However there is another point relevant here—a point concerning this whole problem which surprisingly people overlook. I mean: after all, this whole issue of conflict with faith is nothing new arising in our generation. Our people have already had to endure massacres and persecutions in earlier generations—the Crusades for example were perhaps no less severe than those under Hitler YS”V both proportionally and in scope—with an added difference: then there was absolutely no hope for change; massacres were carried out in the name of Oto HaIsh (that man) and Trinity—which according to Jewish understanding is true idolatry which Jews could never accept; after Turks were defeated by Crusaders there was no prospect for any 'Allies.' Whereas under Hitler YS”V things happened 'merely' from wildness and bestial nature—and there was hope perhaps for world upheaval—and especially for Allied victory bringing an end to Hitler YS”V.
In other words: The believing Jew up till 1940 born in twentieth century knowing Jewish history with all its decrees from Crusaders back through Nebuchadnezzar King of Babylon etc., could only ask why he or his family were caught up specifically in Hitler’s plan; but perpetual threats against us were nothing new—so Hitler could not shake his faith in G‑d at all. Only someone whose faith had always been weak sought justification for denying G‑d found such justification supposedly in Hitler’s story.
The Hitler story did bring something new—but in another direction—in human development, culture, civilization. Many believed—especially among so-called maskilim—that twentieth-century civilization with high philosophical systems widespread education schools universities high ethics refined manners would prevent what happened during 'dark medieval times.' This mood found expression in literature press public discourse among leading personalities thinkers—they wanted to dismiss 'outdated' Tanach approach ('Chesed Leumim Chatat') or Rashbi’s assertion ('Halacha yeduah sheEsav soneh l’Yaakov'). Suddenly came catastrophe—the entire culture/civilization collapsed—it turned out there’s no contradiction between being philosopher/poet/society man in Berlin salon—and same person acting brutally at Treblinka etc.—and we’re talking about millions—a whole nation—not isolated monsters.
And meanwhile—as your article’s headlines say—“the world remained silent.” One can add another subheading: A significant part of world was satisfied things were happening—even if done by others—or at least didn’t mind if others did them.
If anything should have shaken faith due to Hitler’s story—it should have clearly proven one cannot rely on human sense of justice—even highly educated people with university diplomas—even sons of academics! Unfortunately—and shamefully—people are afraid to draw these obvious conclusions let alone act on them daily; such reticence exists even among religious speakers—even those who saw firsthand what people can do if left unchecked.
This—as said at start—is because people seek comfort/ease—to sleep better—it’s easier going along with society—even though it’s same society which kept silent—and many were inwardly satisfied too.
Now allow me a personal remark connected with our conversation when we met at my room: Your series “And The World Was Silent” again awakened within me something I wish now to express: To remember—not forget—as Torah says “Zachor et asher asah lecha Amalek” (Remember what Amalek did)—is obviously positive; our sages call it a mitzvat aseh especially seeing growing tendencies/efforts toward forgetting/causing others forget.
But remembering alone is only part of our task—the other perhaps even more important part—is active work against so-called “Final Solution” which Hitler—like Haman—intended; counteraction must be through deeds—in direction “Ken yirbeh v’chen yifrotz” (“So may they increase/spread”). To achieve this goal—it won’t help merely burdening oneself by constant reminders however important—that’s just one aspect—we must expand/spread encouragement for building up Jewish people as Jews—increasing fruitfulness/multiplying greatly—the opposite direction from planned “Final Solution.”
As always—in addition to verbal encouragement—a living example must be shown; especially one who personally survived these events should certainly show—not only did Hitler YS”V fail—but specifically despite him/his helpers will establish large family—sons daughters grandchildren! Allow me therefore—with full strength—to say: As important as telling today’s generation what happened/how hard escaping those memories may be—the first duty is fulfilling “Ba’al korchacha ata chai”—with emphasis on ata chai (“you live”) i.e., visible vitality!
In other words—you must make every effort now—to pull yourself out from those experiences into normal life—a married life—to build Jewish home/family! This will surely contribute toward Hitler’s downfall—that he failed even regarding one Vizhnitzer chassid; on contrary—you’ll raise children/grandchildren Vizhnitzer chassidim forever! I don’t mean just as metaphor—even if I’m neither precise nor particular whether Vizhnitz/Lubavitch/or simply Torah-observant Jew—but if possible so—all good! And since you’ve overcome greater things—and are now in America—if you truly want—you’ll succeed! May Hashem bless you!
Summary
The Rebbe teaches that authentic questions about suffering stem from deep faith rather than rebellion. He urges survivors not only to remember tragedy but also actively rebuild Jewish life through family and community growth as ultimate defiance against evil.