6505 —ברכות לשנה החדשה וכוח אהבת ישראל

New Year Blessings and the Power of Ahavas Yisrael

ב"ה, ערב ראש השנה, ה'תשי"ט ברוקלין, נ.י.
On the eve of the new year, the Rebbe blesses Nshei U'Bnos Chabad with success in their work and emphasizes the foundational importance of Ahavas Yisrael, sharing a story from the Baal Shem Tov to illustrate how every Jew's actions bring pride to G-d.

ב"ה, ערב ראש השנה, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

סניפי נשי ובנות חב"ד די בכל אתר ואתר ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

שטייענדיק אויף דעם שוועל פון דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,

ווינטש איך אייך, אלעמען בכלל און יעדערע פון אייך בפרט, א שנה טובה ומתוקה[1].

וואס אין דעם איז, זעלבסטפארשטענדליך - הצלחה אין דער ארבעט פון אייער סניף, סיי אין כמות (פארגרעסערונג פון דער צאהל חבירות) סיי אין איכות (פארטיפונג פון דער ארבעט).

און אין ענינים פון תורה ומצות, פון טוב און קדושה, איז דאך - ווי גוט עס זאל ניט זיין, - שטענדיג פראן ארט אויף צוגעבען נאך און נאך.

* * *

אזוי ווי דער יסוד פון דער ארבעט, איז דאך דער ענין פון אהבת ישראל, ווי עס ווערט ברייט ארומגערעדט אין פילע ערטער בתורת החסידות[2], און בפרט אין די שיחות קדש פון כ"ק רבותינו נשיאינו,

בריינג איך דא, אן אויסצוג פון א שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - א סיפור, וועלכען עס האט זיינערצייט דערציילט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק,

וואס היינט - ערב ראש השנה, איז זיין - דעם צמח צדק - יום הולדת[3] - זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

* * *

דער זיידע דער צמח צדק האט געהערט פון זיין זיידען - רבינו הגדול, דער אלטער רבי - וואס ער האט עס געהערט אין מעזריטש[4], א מעשה פון בעל שם טוב:

דער בעל שם טוב, פאר זיין התגלות[5] און אויך אין די ערשטע יארען נאך זיין התגלות, פלעגט ער ארומפארן אין אידישע שטעטלעך, און פלעגט אין מיטען מארק, צוזאמענקלייבען ארום זיך, די פשוטע אידן, מענער און פרויען און קינדער, און דערציילען זיי סיפורים. די סיפורים זיינען געווען דער עיקר פון אגדות רז"ל. ער פלעגט מאריך זיין און ערקלערען זיי דעם סיפור, אדער ער פלעגט פארבינדען א סיפור מיט א ענין דערמאנט אין אגדות חז"ל, בכדי אז דער ענין זאל נקבע ונקלט ווערען בא די הערער.

איין מאהל בא אזא צוזאמענקומען, האט דער בעל שם טוב גערעדט אין דעם ענין פון אהבת ישראל, ווי גרויס עס דארף זיין בא אידען - וויסענדיק די אהבה פון דעם אויבערשטען צו אידען, און האט עס ערקלערט מיט א ביישפיל:

אין יענער שטאט איז געווען א איד מיט'ן נאמען ר' יעקב, און ער איז געווען בקי אין ש"ס גמרא רש"י און תוספות אויף אויסווייניג, און פלעגט לערנען אויף אויסווייניג,

- יענע צייטען איז דאס ניט געווען קיין זעלטענהייט אין אידישע שטעטלעך -

און אז מען לערנט אויסווייניג מוז דאך דער געדאנק זיין מער צוגעבונדען צו דעם לערנען - ווי ווען מען לערנט אינווייניג. אמאהל האט ר' יעקב געלערנט - ווי געזאגט אויסווייניג - א שווערען גרויסען תוספת, איז צוגעקומען צו עם זיין א קליין קינד, און האט עם געזאגט עפעס א חכמה, איז ר' יעקב שטארק נתפעל געווארען פון דער חכמה, און האט מפסיק געווען דעם לערנען. אט דאס קען פועל זיין א קינד.

אזוי אויך, כביכול, השם יתברך - זעצט פאר דער בעל שם טוב - איז פארנומען - ווי רז"ל זאגען, שלש שעות ראשונות יושב ועוסק בתורה כו'[6], אבער בשעת א איד דאווענט, קומט מיט א בקשה צום אויבערשטען - איז ער מפסיק און פארנעמט זיך מיט די תפלות ובקשות פון אידען.

ווען השם יתברך האט געזאגט צו די מלאכים, אז ער וויל באשאפען א מענשן, האבען די מלאכים געפרעגט, ווי וועט ער אויסזעהן[7]. הערענדיג דעם ענטפער האבען זיי געזאגט: מה אנוש כי תזכרנו[8], אויף וואס דארפמען אזא מענשן.

איז אז א איד שטייט אויף אין דער פרי, לויפט דאווענען בצבור ותיקין[9], און דערנאך א גאנצען טאג איז ער טרוד ומוטרד, און דאך לאזט ער איבער אלע געשעפטען און לויפט דאווענען מנחה אין שול, און צווישן מנחה און מעריב, הערט ער לערנען עין יעקב[10] און דאווענט מעריב, בריינגט אהיים דעם ענין פון עין יעקב און דערציילט עס איבער די בני בית,

איז דענסמאל רופט השם יתברך צונויף די מלאכים, און בארימט זיך[11] מיט דעם מענשן וואס ער האט באשאפען, און זאגט זיי:

איר מלאכים, האט ניט קיין ריחיים על צוארו[12] (קיין יאך), קיין פרוי און קינדער, קיינע טרדות, קיינע מסים וארנונית (שטייערען). דער מענטש האט ריחיים על צוארו, און די ריחיים האב איך עם געהייסען נעמען אויף זיך, על פי תורה דארף ער מפרנס זיין אשתו ובניו[13], און איז טרוד ומוטרד און האט מסים וארנונית, עול הגלות, און דאך זעהט ווי ער פירט זיך אויף.

ווען מען וועט זיך אריינטראכטען און פארשטעלען זיך ווי מיט יעדער גוטער זאך, וואס א איד טוט - בארימט זיך דער אויבערשטער, וועט דאס פועל זיין א סך.

* * *

ווי שוין אייניגע מאהל ערקלערט, זיינען די רייד פון נשיאים און סיפורים וואס מען הערט פון זיי, אן אנווייזונג און לערנונג פאר יעדערן פון די הערער. און גלייכצייטיג אויך א נתינת כח, א שטארקונג און ברכה, אז מען זאל דאס קענען פארווירקליכען. און עס ווענדט זיך נאר אין דעם הערער, ער זאל דאס ערפילען לויט דער כוונה.

און השם יתברך זאל העלפען, אז ווי געזאגט, זאל מען טאן אין דעם און עס זאל זיין מיט הצלחה אין אלע הינזיכטען.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, צו יעדערער מיט די בני בית - שליט"א.

אויסצוג פון א שיחה: י"ט כסלו תרצ"ט (סה"ש תרצ"ו-ש"ת ע' 317).

  1. 1 ע"פ המנהג לאכול בליל ראש השנה תפוח מתוק בדבש ולבקש על שנה טובה ומתוקה. ראה רמ"א או"ח סי' תקפג ס"א: "ויש נוהגין לאכול תפוח מתוק בדבש… ואומרים תתחדש עלינו שנה מתוקה… וכן נוהגין".
  2. 2 ראה [תניא פרק לב], שע"י שגופו נבזה בעיניו ושמחתו שמחת הנפש לבדה "הרי זו דרך ישרה וקלה לבא לידי קיום מצות 'ואהבת לרעך כמוך', לכל נפש מישראל, למגדול ועד קטן"; ושם, שזהו שאמר הלל הזקן על מצוה זו "זהו כל התורה כולה, ואידך פירושא הוא כו'", "כי יסוד ושורש כל התורה הוא, להגביה ולהעלות הנפש על הגוף".
  3. 3 הצמח צדק נולד בערב ראש השנה, כ"ט אלול שנת תקמ"ט – ראה [היום יום, כט אלול].
  4. 4 ר"ל: הצ"צ שמע את הסיפור מזקנו אדמו"ר הזקן (שהצ"צ הי' בן בתו, הרבנית דבורה לאה), ואדה"ז שמעו במעזריטש – בחצרו של הרב המגיד ממעזריטש, תלמידו וממלא מקומו של הבעש"ט, שאדה"ז נסע אליו ולמד אצלו.
  5. 5 ר"ל: קודם שנתגלה הבעש"ט ברבים, בעת שעדיין הסתיר את עצמו. ראה [היום יום, ח"י אלול]: "יום שנתגלה הבעש"ט - תצ"ד".
  6. 6 עבודה זרה ג, ב
  7. 7 ראה [סנהדרין לח, ב]: "בשעה שבקש הקב"ה לבראות את האדם ברא כת אחת של מלאכי השרת, אמר להם: רצונכם נעשה אדם בצלמנו? אמרו לפניו: רבש"ע, מה מעשיו? אמר להן: כך וכך מעשיו. אמרו לפניו: רבש"ע, מה אנוש כי תזכרנו ובן אדם כי תפקדנו". ומ"ש כאן "ווי וועט ער אויסזעהן" – היינו "מה מעשיו" שבגמרא.
  8. 8 תהלים ח, ה
  9. 9 ר"ל: הוא מתפלל בציבור המתפללים כוותיקין, שגומרין ק"ש עם הנץ החמה וסומכין לה תפלת שמו"ע. ראה [ברכות ט, ב]: "ותיקין היו גומרין אותה, עם הנץ החמה. כדי שיסמוך, גאולה לתפלה, ונמצא מתפלל ביום"; ופירש"י שם: "ותיקין - אנשים ענוים, ומחבבין מצוה".
  10. 10 ספר עין יעקב – קיבוץ דברי האגדה שבש"ס, שחיברו ר' יעקב אבן חביב; ונהגו בבתי כנסיות ללמדו ברבים בין מנחה למעריב. והם הם "אגדות רז"ל" שהבעש"ט הי' מספר ומבאר לפשוטי העם, כנ"ל.
  11. 11 ע"ד הכתוב [ישעיה מט, ג]: "ויאמר לי עבדי אתה, ישראל אשר בך אתפאר".
  12. 12 קידושין כט, ב
  13. 13 ראה [רמב"ם הלכות אישות פרק יב] הלכה ב: "שלושה מהן מן התורה… 'שארה', אלו מזונותיה"; והלכה יד: "כשם שאדם חייב במזונות אשתו, כך הוא חייב במזונות בניו ובנותיו הקטנים, עד שיהיו בני שש שנים. מכאן ואילך, מאכילן עד שיגדלו בתקנת חכמים".

B"H, Eve of Rosh HaShanah, 5719.

Brooklyn, NY.

Nshei U'Bnos Chabad branches in every place — may Hashem grant you life.

Shalom u'Vrachah!

Standing at the threshold of the new year, which is coming upon us and all Israel for good and blessing,

I wish you all collectively and each one of you individually a good and sweet year.

This naturally includes success in your branch's work — both in quantity (increasing the number of members) and in quality (deepening the work).

And regarding matters of Torah and mitzvos, of goodness and holiness — no matter how good things are, there is always room to add more and more.

* * *

Since the foundation of this work is Ahavas Yisrael, as is widely discussed in many places in Chassidus — especially in the holy talks of our Rebbeim —

I am bringing here an excerpt from a talk by my father-in-law, the Rebbe Rayatz: a story that was told by the Tzemach Tzedek,

and today — Erev Rosh HaShanah — is his, the Tzemach Tzedek's, birthday; may his merit protect us and all Israel.

* * *

The Tzemach Tzedek heard from his grandfather — Rabbeinu HaGadol, the Alter Rebbe — who heard it in Mezeritch: a story from the Baal Shem Tov:

The Baal Shem Tov, before his revelation and also during his first years after it, would travel through Jewish towns. In the marketplace he would gather around him simple Jews — men, women, and children — and tell them stories. These stories were mainly from Aggados Chazal. He would elaborate on them or connect a story with something mentioned in Aggados Chazal so that its message would be firmly established within his listeners.

Once at such a gathering, the Baal Shem Tov spoke about Ahavas Yisrael — how great it must be among Jews when they know G‑d's love for them. He explained with an example:

In that town lived a Jew named Reb Yaakov who knew Shas Gemara with Rashi and Tosafos by heart, and he would study by heart,

— in those times this was not uncommon in Jewish towns —

When one studies by heart one's mind is even more connected to learning than when reading inside. Once while Reb Yaakov was reciting a difficult, lengthy Tosafos by heart, his young child came over and said something clever. Reb Yaakov was so impressed by this wisdom that he interrupted his learning. This is what a child can accomplish.

Similarly (so to speak), Hashem — continued the Baal Shem Tov — is occupied, as our sages say: "For the first three hours He sits and engages in Torah," etc.; but when a Jew prays and comes with a request before Hashem, He interrupts and occupies Himself with the prayers and requests of Jews.

When Hashem said to the angels that He wanted to create man, they asked what he would look like. Upon hearing His answer they said: "What is man that You are mindful of him" (mah enosh ki tizkerenu) — why is such a man needed?

Yet when a Jew rises early in the morning and hurries to pray with a minyan at sunrise (vasikin), then spends all day busy and troubled but still leaves all his affairs behind to pray Minchah at shul; and between Minchah and Maariv he listens to the study of Ein Yaakov and prays Maariv, and brings home what he learned from Ein Yaakov and shares it with his family —

at that moment Hashem gathers together the angels and takes pride in this person He created, and says to them:

"You angels have no millstone on your necks (no yoke), no wife or children, no worries, no taxes and levies. Man has a millstone on his neck, and it is I who told him to take it upon himself: according to Torah he must support his wife and children; and he is busy and troubled and has taxes and levies, the yoke of exile — and yet, see how he conducts himself!"

If we contemplate and picture how every good thing a Jew does causes the Almighty to take pride, it will have great effect.

* * *

As explained many times already: The words of our leaders and the stories we hear from them are guidance and instruction for everyone who hears them. At the same time they also give strength, encouragement, and blessing so we can fulfill them. It depends only on each listener to fulfill according to the intent.

May Hashem help that, as said above, one should act accordingly, and that it be with success in every aspect.

With the blessing of Kesivah vaChasimah Tovah, to each one together with the members of her household — shlita.

Excerpt from a sicha: 19 Kislev 5699 (Sefer HaSichos 5696-5700, p. 317).


Summary

The Rebbe teaches that every act of goodness by a Jew brings pride to Hashem Himself. By strengthening Ahavas Yisrael within ourselves—especially as we enter a new year—we draw down blessings for ourselves and all Israel in both spiritual growth and practical success.

Leave Feedback