ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשל"ג
ברוקלין, נ.י.
לכבוד מר חיים שי' גראַדע
שלום וברכה!
ס'איז שוין אַ לענגערע צייט ווי איך האָב פון אייך ניט געהערט דירעקט, אָבער איך האָב זיך נאָכגעפרעגט און באַקומען גרוסן וועגן אייך דורך געמיינזאַמע פריינד. דערצו, בשעת מ'וויל האָבן אַ גרוס פון איינעם וואָס איז באַשאָנקען געוואָרן מיט אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט, איז דאָך איינער פון די וועגן אַ קוק טאָן וואָס עס איז לעצטנס פאַרעפענטלעכט געוואָרן פון זיין פּען. דאָך קומט עס ניט צו אַ דריעקטן און פּערזענלעכן גרוס.
דעריבער האָט מיר ספּעציעל געפרייט וואָס עס איז אָנגעקומען אַ בריוו פון אייער פרוי אין סעקרעטאַריאַט, וואָס גיט מיר די געלעגנהייט צו שרייבן אייך די שורות און אויך בעטן איבערגעבן אייער פרוי אַ דאַנק פאַרן גרוס און פאַר שאַפן מיר די דאָזיגע געלעגנהייט.
וועל איך אָנהויבן מיט אַ באַמערקונג וועגן אַן אויסדרוק אין אייער פרוי'ס בריוו און רעאַגירן אויף דעם, און מסתם וועט איר עס אויך איבערגעבן אייער פרוי מיט אַ צוגאָב הסברה אויב נויטיג, כאָטש ווי איך פאַרשטיי נויטיגט זי זיך ניט אין דעם. איך פאַררוף זיך אויף דעם וואָס אייער פרוי שרייבט, אַז איר זייט "אַ מאָדערנער איד מיט אַ מתנגדיש-ליטווישער טראַדיציע".
מיין שטעלונג אין דעם איז, אַז דער עצם וואָרט "מתנגד" איז דאָך אַן ענין פון שלילה, אַ נעגאַטיווע באַציאונג צו עפּעס, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיג, אַז ווען מ'זעט אַז מ'האָט געמאַכט אַ טעות אין חשבון און די זאַך איז גאָר אַ פּאָזיטיווע, פאָדערט זיך ניט אין דעם אַ קאַרדינאַלער שינוי, נאָר עס ווערט ממילא און אָטאָמאַטיש בטל די התנגדות. וואָס עס פאָדערט זיך יאָ איז צו האָבן די שטאַרקייט באַ זיך אַרויסצוזאָגן זיך וועגן דעם עפענטלעך, אַז ניט קוקנדיג אויף דעם וואָס מ'איז אויפגעוואָקסן אין אַ חינוך און סביבה וואו עס האָט געהערשט אַ פאַראורטייל וועגן דער זאַך, איז אָבער אַז מ'דערזעט דעם אמת, אַקצעפּטירט מען עס.
פון אונזער טרעפן זיך באַ חסידישע פאַרברענגענישן און פון דעם וואָס איך האָב געהערט וועגן אייך, און אויך אייער קאָרעספּאָנדענץ, און ליטעראַרישע ווערק, איז באַ מיר קיין ספק ניט, אַז ניט קוקנדיג אויף דער אַזוי-גערופענער מתנגדישער טראַדיציע, איז אָבער די וואַרעמקייט מיט וועלכע אייער שרייבן איז דורכגעדרונגען אין פולסטן איינקלאַנג מיט אַ חסידישן געפיל. איך גלויב, אַז איר פילט דאָס אַליין אויך, און וואָס איז נאָך מער נוגע, אַז אייערע לייענער פילן דאָס אויך, זעענדיג אַז אין אייער באַשרייבונג פון אַ "מתנגד" שמוגלט איר אַריין אין דעם געפילן וועלכע זיינען געשעפּט געוואָרן פון חסידישע קוואַלן.
על דרך זה נעם איך אַ שטעלונג אויך צום אָנפאַנג פון דעם אויבנדערמאָנטן אויסדרוק - "מאָדערנער איד". וואָרום דער באַגריף "מאָדערנער" איד, וואָס איז געשאַפן געוואָרן דורך דער אַזוי גערופענער "השכלה בת השמים" איז דאָך שוין לאַנג אַרויס פון דער מאָדע, און, פאַרקערט, וואָס מער באמת "מאָדערן" אַ איד איז היינט, אַלץ ווייטער איז ער פון יענער מאָדערנישקייט וואָס האָט געשאַפן אַ ריס צווישן יהודי באוהלך און אדם בצאתך און האָט אַזוי ווייט מלחמה געהאַלטן מיט דעם יהודי באוהלך, ביז זי האָט געמאַכט פון דעם יהודי אַ משרת און נאָכשלעפּער צום דעם אדם, לייען "גוי" להבדיל. דער היינטיגער איד איז דוקא אַ שטאָלצער איד און ווערט אַלץ נעענטער צו דער אַלט-נייער תורה, וואָס כאָטש זי איז געגעבן געוואָרן מיט אַרום 3500 יאָר צוריק, איז נאָך ניי און פריש, לויט דעם אויסדרוק פון חכמינו
ז"ל
בכל יום יהיו בעיניך כחדשים. און דאָס זעט מען בפרט באַ אידן וועלכע זיינען געווען אונטערוואָרפן דעם קאָמוניסטישן רעזשים העכער אַ יובל יאָרן און זיינען געבליבן אידן און אַרויסגעקומען פון דאָרט אידן, וואָס איז ליידער ניט אַזוי מיט די וועלכע האָבן זיך געהאַלטן באַ פאַרשידענע "איזמען".
אַן ענעלכע טענדענץ זעט מען אויך אפילו אין געביט פון דער וויסנשאַפט, וואָס דוקא אין דער מאָדערנער צייט האָט זי גענומען אַ נייע ווענדונג אין דער ריכטונג פון זוכן אַלץ מער אחדות אין דער גאַנצער וועלט, פּונקט פאַרקערט ווי מיט אַ 100 יאָר צוריק, ווען די וויסנשאַפט האָט געהאַלטן, אַז די וועלט איז פאַרטיילט אין פאַרשידענע באַזונדערע געביטן אאַ"וו. דערצו האָט אויך דוקא די מאָדערנע אַרכעאָלאָגיע באַשטעטיגט די ריכטיקייט פון די דערציילונג פון תנ"ך, אַנטקעגן די אַזוי גערופענע משכילים און אָנהענגער פון "אידישער וויסנשאַפט" וואָס איז אַרויסגעוואָקסן פון דייטשלאַנד, דאָס זעלבע לאַנד וואָס האָט אַרויסגעגעבן די דייטשע "קולטור", איינגעשלאָסן היטלער און זיינע יורשים י"ש.
מסתם איז דער בריוו לענגער ווי איר האָט גערעכנט. איך מיין אָבער, אַז אפשר איז ער גאָר צו קורץ בערך צו די ענינים פון זיין אינהאַלט.
איך וועל פאַרענדיגען מיט דעם טראַדיציאָנעלן וואונש פון פיל דורות אין צוזאַמענהאַנג מיט חג השבועות, זמן מתן תורתנו, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה - צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות, צוזאַמען מיט אייער פרוי תחי', לאורך ימים ושנים טובות.
בכבוד ובברכה.
נ.ב. איך ערלויב מיר צו שרייבן דאָס פאָלגנדע, און עס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך פאַרוואָס דאָס קומט אויף אַ באַזונדערע זייטל, און דאָס איז,
וויסנדיג אייער באַציאונג צו ידידנו פּרעז. שז"ר שליט"א, און וויסנדיג אַז איר האָט גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל צו מאַכן לייכטער זיין באַזוך באַ מיר, ניט קוקנדיג אויף די וועלכע האָבן דאָס ניט געוועלט צולאָזן,
ערלויב איך מיר צו מאַכן דעם פאָרשלאַג, אַז איר זאָלט פאַרשטאַרקן אייער פאַרבונד מיט ידידנו, ספּעציעל אין די טעג פון טיפער איבערלעבונג פאַר אים מצד דעם שינוי אין זיין אָפיציעלן
מצב
וכו'. און מסתם וועט איר מעורר זיין אויך אַנדערע, וועלכע שטייען אונטער אייער השפעה, צו טאָן אַזוי.
אַזוי ווי איר זייט נאָענט באַקאַנט מיט זיין מהלך הנפש, וועט איר זיכער געפינען דעם פּאַסנדן וועג אויף דעם,
ודברים
היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם. עס איז זיכער ניט נויטיג מאריך צו זיין אין דעם פאַר אייך.
מצד אָט דער נקודה ווערט דער בריוו געשיקט "ספּעשל דעליווערי".
B"H, Rosh Chodesh Sivan, 5733.
Brooklyn, NY.
Shalom u'Vrachah!
It has been quite some time since I have heard directly from you, though I have inquired and received regards about you through mutual friends. Furthermore, when one wishes to receive regards from someone endowed with literary talent, one way is to look at what has recently been published from his pen. Still, this does not compare to a direct and personal greeting. Therefore, I was especially pleased when a letter from your wife arrived at the Secretariat, giving me the opportunity to write you these lines and also to ask you to convey my thanks to your wife for her regards and for creating this opportunity.
I will begin with a comment regarding an expression in your wife's letter and respond to it; presumably you will also pass this on to your wife with an added explanation if necessary—though as I understand it she does not need it. I refer to what your wife writes: that you are a modern Jew with a Misnagdic-Lithuanian tradition.
My position on this is that the very word "Misnaged" is essentially negative—a rejection of something—which implies that when one realizes there was an error in judgment and the matter is actually positive, no fundamental change is required; rather, the opposition automatically ceases. What is required is only the strength to publicly declare that despite having grown up in an environment where there was prejudice against this matter, once one sees the truth, one accepts it.
From our encounters at chassidic gatherings and from what I have heard about you—and also your correspondence and literary works—I have no doubt that despite the so-called Misnagdic tradition, the warmth with which you write is thoroughly infused with a chassidic feeling. I believe that you yourself feel this as well—and even more importantly, your readers feel it too—seeing that even in your descriptions of a Misnaged you subtly infuse feelings drawn from chassidic sources.
Similarly, this is my stance regarding the beginning of the aforementioned expression—"modern Jew." For the concept "modern Jew," which was created by so-called enlightenment (Haskalah), has long gone out of fashion. On the contrary: The more truly modern a Jew is today, the further he is from that kind of modernity which created a rift between "the Jew in his tent" and "the man in public," waging such war against "the Jew in his tent" until it made him subservient and a follower of "the man," meaning (G‑d forbid) a non-Jew.
The contemporary Jew is specifically a proud Jew who draws ever closer to the ancient-yet-new Torah which—though given around 3500 years ago—is still new and fresh every day as our Sages say: "Bechol yom yihyu be'einecha kechadashim" (Every day let them be as new in your eyes). This can especially be seen among Jews who were subjected to communist rule for over fifty years yet remained Jews and emerged as Jews—which unfortunately cannot be said for those who clung to various other 'isms.'
A similar tendency can even be seen in science: Specifically in modern times science has taken a new turn toward seeking ever more unity throughout the world—the opposite of how things were 100 years ago when science held that the world was divided into separate fields. Moreover, specifically modern archaeology has confirmed the accuracy of accounts from Tanach—contrary to so-called maskilim (enlightened ones) and followers of Jewish science that grew out of Germany—the same country that produced German culture including Hitler and his successors.
This letter may be longer than you expected; however I think perhaps it is actually too short relative to its content. I will conclude with the traditional wish passed down through generations connected with Shavuos—the time of receiving our Torah—that we should receive the Torah with joy and inwardness together with your wife for long good days and years.
With honor and blessing.
P.S. Allow me to write the following—and it goes without saying why this comes on a separate page: Knowing your relationship with our friend President Shazar shlita (may he live), and knowing that you took an active part in facilitating his visit here despite those who did not want it allowed—I permit myself to suggest that you strengthen your bond with our friend especially during these days which are particularly trying for him due to changes in his official status etc. Presumably you will also inspire others under your influence to do likewise. Since you are closely acquainted with his character traits you will surely find an appropriate way for this; words spoken from the heart enter the heart and have their effect. There is certainly no need for me to elaborate further for you on this point. Because of this point alone this letter is being sent special delivery.
Summary
The Rebbe encourages Chaim Grade to embrace his Jewish identity proudly while recognizing chassidic warmth within himself and his work. He highlights how true modernity means drawing closer to Torah values and supporting friends during times of transition or challenge.