10751 —נסים, השגחה פרטית, והשקפת עולם יהודית על חיי היום יום

Miracles, Divine Providence, and the Jewish Perspective on Daily Life

ב"ה , י"א ניסן, ה'תשל"ג — ברוקלין, נ.י.
The Rebbe explains the true meaning of hashgachah pratit (Divine Providence) as literal and constant in every detail of life. He distinguishes between revealed miracles and those clothed in nature, emphasizing that every event is guided by G-d and should inspire practical action.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, י"א ניסן, ה'תשל"ג — ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בהמשך צום

פריערדיגען

בריוו, און כדי קלאָרער צו מאַכן די נקודה וואָס איז אין עם אַרויסגעבראַכט געוואָרן: אַז דער אמת'ער אידישער באַגריף פון

השגחה

פרטית איז - כפשוטו: יעדען טאָג און אין יעדען פרט און אַז הנהגה נסיית איז ניט באַשרענקט צו נסים גלויים, נאָר אַז אויך אין טאָג-טעגלעכן לעבן איז דאָ הנהגה נסיית, מערניט וואָס

אין בעל

הנס מכיר בנסו

,

איז כדאי צוצוגעבן אייניגע נקודות און אויך אַרויסבריינגען די אָפּלערנונג פון דעם אַלעם, אין צוגאָב צום וויסען די אידישע השקפת עולם (וועלט אַנשאָאונג), אויך בנוגע צו מעשה בפועל, וואָרום

מעשה הוא העיקר

(טאַט איז דער עיקר).

***

הנהגה נסיית

קען זיין אין צוויי אופנים: (א) נסים גלויים, באַשיינפּערלעכע נסים, ווי די נסים וועלכע זיינען געווען פאַרבונדן מיט

יציאת

-

מצרים

, דאָס הייסט נסים

אינגאַנצן למעלה מדרך הטבע

און אין פולשטענדיגען קעגנזאַץ צו טבע; (ב) נסים ווי דער נס פון

פורים

, וואָס איז געווען "אָנגעטאָן" אין טבעית'דיגע לבושים.

די נסים פון יציאת-מצרים - אָנהוינבנדיג מיט די אותות ומופתים אין מצרים, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם

גאַנצן

פאָלק, יונג און אַלט, זין און טעכטער, נאָך הונדערטער יאָרן

פאַרשקלאַפונג

אין אַ לאַנד פון וואַנעט אפילו איין קנעכט האָט ניט געקענט אַנטלויפן, און דערצו נאָך אַ גאולה

ביד

רמה

און

ברכוש

גדול

(מיט פרסום און שטאָלץ, און מיט אַ גרויסן אייגענטום) - דאָס זיינען פּאַסירונגען, וואָס אַלע אָן אויסנאַם האָבן קלאָר און דייטלעך געזען אַלס נסים גלויים.

אַנדערש איז געווען דער נס פון פורים, וואָס כאָטש אויך אין דעם פאַל זיינען געווען נסים, ביז -

ונהפוך

הוא

, אַ פולשטענדיגע איבערקערעניש ביז אַז

ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

, איז אָבער דער נס פון פורים געווען "אָנגעטאָן" אין לבושים פון טבע: אסתר ווערט אַ מלכה,

מרדכי

- אַ יושב בשער המלך און ראַטעוועט דעם מלך פון אַן אַטענטאַט, אסתר איז זיך משתדל ביים מלך מבטל צו מאַכן די גזירה וכו', ווי די אַלע פרטים ווערן דערציילט אין דער מגילה; כאָטש אפילו יעדע פּאַסירונג פאַר זיך, ובפרט זייער

צוזאַמענקומען

זיך בימים ההם בזמן הזה - איז געווען אַ נס, ווי מיר זאָגן דאָס מערערע מאָל: נסים ופורקן וגבורות ותשועות ונפלאות.

***

אויך אין

הנהגה טבעית

זיינען פאַראַן צוויי אופנים: (א) אַ הנהגה וואָס "אויסערלעך" איז זי

אינגאַנצן אַ טבעית'דיגע

, (ב) די הנהגה אין וועלכער עס זעט זיך קלאָר אָן השגחה פרטית.

אַ דוגמא פון ערשטן פאַל איז דער ענין פון

זרע וקציר

: זייען און שפעטער שניידן איז

אינגאַנצן

אַ

נאַטירלעכע

זאַך, אויף אַזוי ווייט, אַז כדי אויך אין דעם צו זען די ג-טלעכע השגחה, דאַרף מען זיך טיף אַריינטראַכטן, ווי אַזוי די השגחה פרטית ברענגט צוזאַמען פאַרשידענע דערשיינונגען - ווינטן און רעגנס און זון שיין - יעדערע פון זיי אין דער ריכטיגער צייט א.ז.וו.

דער צוויטער פאַל, פון אָפענער השגחה פרטית,

אָדער ווי די וועלט רופט עס: הצלחה, מזל, מציאה א.ז.וו. - נעמען וואָס זאָגן ניט וואָס דאָס

איז

, זיי זאָגן נאָר די שלילה (נעגאַטיווע), אַז דאָס איז

ניט

די דערגרייכונג פון דעם מענשענס שכל אָדער פון זיין האָרעוואַניע, זאָגט תורת אמת דעם אמת - אַז דאָס איז בהשגחה פרטית און ברכת ה' אין בני חיי ומזוני:

אמת'ר אויסערגעוויינליכער נחת פון קינדער, שטענדיגער גוטער געזונט, אויסערגעווינליכע הצלחה אין פרנסה, א.ז.וו.

***

און דאָס איז די נקודה וואָס איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן אין פריערדיגען בריוו אַלס אָפּלערנונג פון

החודש

הזה לכם

: דורכדעם וואָס די תורה האָט איינגעשטעלט אַ ציילונג באַ אידן אַז

אַלע

חדשים הייבן זיך אָן פון חודש ניסן, דער חודש וואָס זיין אינהאַלט און ענין איז

כי בו

יצאת ממצרים

דורך נסים גלויים פון דעם אויבערשטן, לערנט אונז די תורה אַז אַזוי איז דאָס, דעם אויבערשטנ'ס פירונג, אַלע חדשים פון יאָר, סיי ווען מען זעט נסים גלויים, סיי מ'זעט נסים אין טבעית'דיגע לבושים, סיי מ'זעט השגחה פרטית, סיי עס זעט זיך אָן נאָר טבע - דאַרף אַ אידן וויסן און געדענקען, אַז דער אויבערשטער איז דער

באַשעפער

פון דער וועלט און דער איינציקער און גאַנצער בעל-הבית פון דער וועלט, און פירט די גאַנצע וועלט אין אַלע אירע פרטים און פרטי-פרטים, ועל אחת כמה וכמה - דעם

עולם

קטן זה האדם, יעדן מענטשן בפרט

אין

אַלע

איינצלהייטן פון זיין טאָג-טעגלעכן לעבן.

לויט דעם איז דאָך

זעלבסטפאַרשטענדלעך

, אַז יעדער פרט פון זיין לעבן, ווי "קליין" ער זאָל ניט זיין, איז דאָ אין דעם אַן אָנווייזונג - און עס מוז געטאָן ווערן לויט דער אָנווייזונג - פון דעם וואָס איז "משגיח" אויף דעם פרט בפרט - און קיין זאַך קען עס ניט ענדערן, וואָרום דאָס "ציילט זיך" פון ניסן - נסים גלויים פון יציאת מצרים.

***

בהמשך אויך צו דעם וואָס איז געבראַכט געוואָרן אין פריערדיגן בריוו, אַז דוד המלך האָט, אין נאָמען פון יעדן אידן,

אָנגעדייטעט

אין תהלים דעם ענין פון

שטענדיגער

השגחה פרטית, און דערפאַר איז:

בך

ה' חסיתי אל אבושה

(אין דיר, ג-ט, טו איך מיר שיצן, איך וועל ניט פאַרשעמט ווערן - און ביידע זאַכן) -

לעולם

(קיינמאָל), און דאָס בריינגט, אַז

לשוני

כל היום תהגה צדקתך

(אויך מיין צונג אַ

גאַנצן טאָג

וועט ריידן דיין וואוילטעטיקייט) (און מען זעט השגחה פרטית בגלוי) -

כי בושו כי חפרו מבקשי רעתי

(וואָרום פאַרשעמט זיינען געוואָרן און פאַרקלעמט די וועלכע האָבן געזוכט מיין בייז),

איז די פאָרטזעצונג גלייך נאָכדעם - אין צוזאַמענהאַנג מיט הנהגה נסית:

לשלמה

אלקים משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך

(צו שלמה, ג-ט, גיב דיינע משפטים צום מלך, און דיין צדקה צום מלך'ס זון) - די הנהגה וואָס איז געווען אין די צייטן פון מלך שלמה:

ידין עמך בצדק

גו' (ער וועט משפט'ן דיין פאָלק מיט צדק - ווי באַוואוסט די משפטים פון שלמה - אין אַן איבערנאַטירלעכן אופן) און אַזוי זיין גאַנצע מלוכה בכלל - איז געווען למעלה מן הטבע לגמרי, אַז אָן קיינע מלחמות איז:

וירד גו' עד אפסי ארץ

(ער וועט געוועלטיגען . . ביז צו ענדע פון דער ערד), ביז אַז -

כל גוים יעבדוהו

(אַלע פעלקער וועלן עם דינען),

און דער מזמור איז אויך אַן אָנדייטונג, לויט ווי חכמינו ז"ל ערקלערן, אויף די צייטן און הנהגה פון מלך המשיח, ווען טבע

וועט

דערהויבן ווערן צו דער מדרגה פון למעלה מדרך הטבע. ביז אַז אַנשטאָט דער סדר פון

זרע וקציר

, פריער זייען און דערנאָך שניידן, און דערנאָך ערשט טאָן נאָך אַ ריי מלאכות ווי דרעשן, מאָלן, קנעטן, און באַקן, ביז עס ווערט

ולחם

לבב אנוש יסעד

(ברויט שטאַרקט דאָס האַרץ פון מענטשן), וועט זיין

יהי פסת בר בארץ

(עס וועט זיי אַ גערעטעניש פון תבואה אין לאַנד), וואָס - אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם אָפּטייטש אויף משיח'ן - מיינט עס לויט אונזערע חכמים אַז

ארץ ישראל תוציא גלוסקאות וכלי מלת

-

אַז אין משיח'ס צייטן וועט די ערד פון ארץ ישראל אַרויסברענגען פאַרטיקע זעמלעך און זיידנס -

די הנהגה אין וועלט וועט זיין אַזוי נסים'דיג, אַז אפילו לגבי די נסים פון יציאת-מצרים וועט דאָס זיין אַ נס, און ווי עס ווערט

געטייטשט

דער פסוק

כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות

- אפילו לגבי די נסים פון יציאת מצרים וועלן דאָס זיין "נפלאות" - וואונדער איבער וואונדער.

***

ויהי רצון, אַז אַזוי ווי כדי צו מקרב זיין משיח'ס קומען, איז דאָס דורך

היום

אם בקולו תשמעו

, פירן זיך אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג פון אויבערשטן,

וואָס אויך דאָס איז

מרומז

אין אָנהויב פון מזמור:

משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך

, וואָרום יעדער איד איז געגליכן צו אַ מלך און צו אַ בן מלך,

זאָל יעדער איינער און איינע דורכפירן אין טאָג-טעגלעכן לעבן די

משפטים

און צדקה ווי דער אויבערשטער פאַרלאַנגט, און

היום

, פון היינט אָן, און דאָס וועט צואיילן און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, און עס וועט מקויים ווערן, ווי ער זאָגט אין סיום פון מזמור אַז

. .

אלקי ישראל

(וואָס ער איז)

עושה נפלאות לבדו

. . (וועט זיין)

וימלא כבודו את כל הארץ

(און די גאַנצע וועלט וועט זיין פון מיט זיין כבוד)

אמן

ואמן

.

בכבוד ובברכה

לחג

הפסח כשר ושמח ולקיום היעוד בקרוב ממש: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות,

מנחם שניאורסאהן

פריערדיגען בריוו

: דר"ח ניסן, תשל"ג.

השגחה . . אין יעדען פרט

: ראה תורת הבעש"ט בזה: ד"ה על כן יאמרו, תרצ"ו פ"ב (בסה"מ קונטרסים ח"ב). ובמאמר שם: מזה יוצא לנו ענין עמוק בעבודה כו'. בהוספות לכתר שם טוב (הוצאת קה"ת) סי' קיט ואילך.

וש"נ.

נסים גלויים . . אין טבעית'דיגע לבושים

: תו"א ק, א. שערי אורה ע' 118.

הונדערטער יאָרן פאַרשקלאַפונג

: כמש"נ ועבדום וענו אותם (לך טו, יג). סנה' צא, א. וראה שמו"ר פ"א, ח וי"ל.

אפילו איין קנעכט

: מכילתא יתרו יח, א.

ונהפוך הוא

: להעיר אשר ונהפוך

מן הקצה אל הקצה

דאחשורוש בנוגע להמן - הי' זה במשך משתה אחד (השני) דאסתר.

ליהודים . . ויקר

: אסתר ח, טז. וראה רש"י מגילה טז, ב (וראה תרגום שם) - אשר על אורה זו תורה וכו' גזר המן ונהפוך הוא.

מיר זאָגען דאָס

: ב"ועל הנסים" (כנוסח אדה"ז בסידורו).

הנהגה טבעית . . צוויי אופנים

: להעיר אשר שבעת ימי הבנין (דהעולם והטבע) הם חול ושבת (מל' וז"א - נגלות. משא"כ חו"ב - נסתרות). וראה ג"כ ד"ה והי' כי תבוא, תרס"ו.

ווינטען . . שיין

: ראה מים רבים, תרל"ו פצ"ט ואילך.

הצלחה

: ראה אוה"ת (כרך ב') ס"פ וישב.

בני חיי ומזוני

: ראה זח"א מג, סע"ב. ל"ת להאריז"ל פ' תולדות. ביאוה"ז - לאדהאמ"צ - לוירא קטו, א. לקוטי לוי"צ לזח"ג ע' רצט.

שטענדיגער גוטער געזונד

: ראה רמב"ם הל' דעות פ"ד ה"כ-כא: כל כו' אלא א"כ כו' או כו' או כו' ושינוי וסת כו'. ב"מ (קז, ב): והסיר

הוי'

ממך כו'.

באַשעפער . . בעל הבית

: ראה ס' החנוך מצוה כא. ולהעיר שזהו ג"כ הרמזים דשבת ושביעית.

די גאַנצע וועלט . . פרטי פרטים

: כתורת הבעש"ט הנ"ל. וראה דרך חיים ספ"ט.

יעדער פרט . . אַן אָנוויזונג

: ראה הפס"ד בטושו"ע או"ח סרל"א.

ניסן

-

נסים

: להעיר מברכות נז, רע"א.

אָנגעדייטעט אין תהלים

: וכידוע ראיית אדה"ז לתורת הבעש"ט בהשגח"פ - מתהלים לו, ז (ע"פ דרז"ל חולין סג, א) - רשימות הצ"צ לתהלים שם.

לשלמה . . אמן ואמן

: תהלים עב, א-יט.

מלך שלמה . . המשיח

: מפרשי התהלים שם ובמדרז"ל.

משפטים פון שלמה

: כבמדרש תהלים עה"פ משפטיך למלך תן - שהי' שלמה דן כיוצרו. ועיין ר"ה כא, סע"ב.

אָן קיינע מלחמות

: דה"א כב, א.

טבע וועט דערהויבן ווערן

: ומש"כ הרמב"ם הל' מלכים רפי"ב (משא"כ להראב"ד שם) - ראה רדב"ז שם (ולא זכיתי להבין תירוצו דא"י שאני - שהרי הרמב"ם שולל ביטול מנהגו של עולם. ואולי יל"פ כוונתו שיהי' בא"י לא בתור ביטול מנהגו של עולם, כ"א הנהגה נסית דבנ"י - ע"ד המן וכו' בהיותם במדבר. אבל גם עפ"ז צריך לחלק בין תחלת ימוה"מ (כל' הרמב"ם לקמן וכדלהלן) שהרי בימי בן כוזיבא לא היתה כזאת - ראה הל' מלכים פי"א ה"ג). ולפענ"ד - כיון שמרז"ל בשבת (דלהלן) א"א לפרשו כמשל שהרי מסיים לגלג כו' אחוי לי' כו' - עכצ"ל דס"ל להרמב"ם דשתי תקופות בימוה"מ. וכיון דבן כוזיבא טעו בו שהוא המלך המשיח (ראה הל' מלכים שם) אף שלא נראה חידוש בעולם - מכריח מזה הרמב"ם שהכתובים (ומרז"ל) המדברים

בתחלת

יציאת חוטר מגזע ישי גו' - משל הם. וידועים דברי הר"מ (זח"ג קכה, רע"א) דמסטרייהו דע"ה לית כו' אלא שעבוד מלכויות בלבד. וראה עה"ק ח"ב פל"ח. אבל עייג"כ פיה"מ להרמב"ם פ' חלק (שמפרש דשבת הנ"ל דלא כפשוטו). מאמר תחיית המתים (דמש"כ דמשל הן אין זה החלטי כו' ואם הוא כפשוטו הרי יהי' נס כו' כעין אמרם לא הזיק נחש ועקרב בירושלים). ובחסידות בכ"מ דאין בין עוה"ז לימוה"מ אלא ש"מ, מ"מ וגר זאב גו' (כפשוטו) וכמו חמורו דרפב"י (שבזה אאפ"ל נס - דלמה יעשה נס זה) - ראה ש' האמונה בסופו (לאחר תחה"מ). וככה בתחלתו. ועוד.

ארץ ישראל . . מלת

: שבת ל, סע"ב.

געטייטשט דער פסוק

: מיכה ז, טו. אוה"ת עה"פ ס"ג וס"ט.

דורך היום . . תשמעו

: סנה' צח, סע"א.

יעדער איד . . אַ מלך . . בן מלך

: זח"ב כו, ב. (תקו"ז בהקדמה א, ב. שבת סז, א).

משפטים און צדקה

: כולל הכל וכמש"נ דרך הוי' לעשות צדקה ומשפט (וירא יח, יט. וראה אוה"ת שם).

עושה נפלאות לבדו

: להעיר שע"ז דרז"ל (נדה לא, א) שאין בעל הנס מכיר בנסו.

אמן ואמן

: להעיר מהא דהאומר הן הן (בלי הפסק) הוי שבועה (שבועות לו, א). וראה או"ת להה"מ ס"פ בהר.

לחג הפסח כשר ושמח

: כי מצותו במצות - וצ"ל ושמרתם את המצות - ובד' כוסות יין המשמח אלקים ואנשים. וראה לקוטי לוי"צ - אגרות (ע' קצז) שכשר ר"ת כמוצא שלל רב לרמז על בירור הניצוצין שהוציאו ישראל ממצרים כמ"ש ואח"כ יצאו ברכוש גדול, שמח הו"ע הד' כוסות, מוחין דאבא, דאימא כמ"ש בפע"ח.

B"H, 11 Nissan, 5733.

Brooklyn, NY.

To the sons and daughters of Israel wherever they are, may Hashem be upon them and grant them life.

Shalom u'Vrachah!

In continuation of the previous letter regarding fasting, and to clarify further the point that was raised: the true Jewish concept of hashgachah pratit (Divine Providence) is literal—every day and in every detail. Miraculous conduct is not limited to open miracles; even in daily life there is miraculous conduct. The difference is only that "the beneficiary of a miracle does not always recognize his miracle." It is worthwhile to add several points and also to highlight the lesson from all this—not only for understanding the Jewish worldview but also regarding practical action, for action is paramount.

Miraculous conduct can occur in two ways: (a) Open miracles—obvious miracles like those associated with the Exodus from Egypt; these are entirely above nature and completely contrary to it. (b) Miracles like that of Purim, which occurred within natural garments. The miracles of the Exodus—from the signs and wonders in Egypt up to the redemption of the entire nation, young and old, sons and daughters, after hundreds of years of enslavement in a land where not even one slave could escape—and with a mighty hand and great wealth (with publicity and pride)—these were events where everyone clearly saw open miracles. The miracle of Purim was different: although there were miracles leading up to a complete reversal—until "for the Jews there was light and joy, gladness and honor"—the miracle was clothed in natural events: Esther becomes queen; Mordechai sits at the king's gate and saves him from an assassination attempt; Esther pleads with the king to annul the decree; etc., as detailed in Megillah. Even though each event on its own—and especially their convergence at that time—was a miracle (as we say many times: "miracles, deliverance, mighty deeds, salvations, wonders").

Even within natural conduct there are two types: (a) Conduct that outwardly appears entirely natural; (b) Conduct where hashgachah pratit is clearly visible. An example of the first is sowing and reaping: planting seeds and later harvesting is entirely natural—to see G‑d's providence here requires deep contemplation about how hashgachah pratit brings together various phenomena—winds, rains, sunshine—all at their proper times. The second case—of open hashgachah pratit—or what people call success, luck, finding something etc.—these terms do not define what it truly is; they only negate human intellect or effort as its cause. Torah Emes tells us that this is hashgachah pratit and Hashem's blessing—in children, health, livelihood: extraordinary nachas from children; constant good health; unusual success in livelihood; etc.

This is the point emphasized in the previous letter as a lesson from "HaChodesh HaZeh Lachem": Because Torah established for Jews that all months begin from Nissan—the month whose essence is "for in it you went out from Egypt" through open miracles from Hashem—Torah teaches us that this is how it should be: Hashem's conduct throughout all months of the year—whether one sees open miracles or miracles clothed in nature or hashgachah pratit or only apparent nature—a Jew must know and remember that Hashem is Creator of the world and its sole Master who directs everything down to every detail—and all the more so—the microcosm which is man himself—every person individually in all details of his daily life. Therefore it follows naturally that every detail—even seemingly minor—is guided by instruction from He who supervises each detail specifically—and nothing can change this—for everything counts from Nissan—the month of revealed miracles at Exodus.

In continuation also to what was brought in the previous letter—that King David expressed on behalf of every Jew in Tehillim this idea of constant hashgachah pratit—and therefore: "Bach Hashem chasiti al evosha le'olam" (In You Hashem I take refuge—I will never be ashamed)—and this brings about "Leshoni kol hayom tehegeh tzidkatcha" (My tongue will speak Your righteousness all day)—and one sees open hashgachah pratit—"ki boshu ki chafru mevakshei ra'ati" (for those who sought my harm are ashamed). The continuation immediately after relates to miraculous conduct: "L'Shlomo Elokim mishpatecha l'melech ten v'tzidkatcha l'ven melech" (To Shlomo: G‑d give Your judgments to the king and Your righteousness to his son)—the conduct during King Shlomo's reign: "Yadin amcha b'tzedek..." (He will judge Your people with justice—as known regarding Shlomo's judgments—in a supernatural manner), so too his entire kingdom was completely above nature—with no wars: "Veyered... ad afsei aretz" (He will rule... until earth's end), until "kol goyim ya'avdohu" (all nations will serve him). This psalm also hints—as our sages explain—to Messianic times when nature itself will be elevated above its normal order. Instead of sowing then reaping then many labors until bread strengthens man's heart—it will be "yehi pasat bar ba'aretz" (there will be abundance of grain in the land), which according to our sages means Eretz Yisrael will produce ready-made loaves and fine garments—in Messianic times worldly conduct will be so miraculous that even compared to Exodus these will be wonders upon wonders—as explained by "Kimei tzeitcha me'eretz Mitzrayim ar'enu niflaot" (As in days when you left Egypt I will show you wonders)—even compared to Exodus these will be marvels beyond marvels.

May it be His will that just as bringing Mashiach closer comes through "hayom im b'kolo tishma'u" (today if you listen to His voice)—conducting oneself according to Hashem's command—which too is hinted at at this psalm's start: "Mishpatecha l'melech ten v'tzidkatcha l'ven melech," for every Jew is likened to a king or prince—so may each person fulfill daily these judgments and acts of righteousness as Hashem desires—and today—from now on—and this will hasten and bring about true complete redemption through Mashiach Tzidkeinu—and it shall be fulfilled as stated at psalm's end: "Elokei Yisrael oseh niflaot levado... v'yimaleh kevodo et kol haaretz amen v'amen."


Summary

The Rebbe teaches that Divine Providence operates constantly—even within nature—and every event contains G‑d’s guidance. Recognizing this inspires us toward practical mitzvah observance with faith that every detail matters for redemption.

Leave Feedback