10233 —התפקיד של יהודים פשוטים וכוח הכיסופים הכנים בתשובה

The Role of Simple Jews and the Power of Sincere Yearning in Teshuvah

ב"ה , — בין כסה לעשור — , ה'תשל"ב ברוקלין, נ.י.
The Rebbe explores how even those with simple faith and limited understanding can reach spiritual heights, sometimes surpassing scholars, through sincere yearning and heartfelt connection. He emphasizes the importance of honest self-assessment and utilizing the unique power of teshuvah during the Ten Days of Repentance.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, — בין כסה לעשור — , ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י. אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיג פון די טעג פון ראש השנה, ווען אַלע אידן ווי איינער האָבן אויפגענומען אויף זיך מלכותו יתברך ברצון, און אין אַן אָפענעם אופן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אין איינקלאַנג מיט דער בקשה "

גלה

כבוד מלכותך עלינו" –

וואָס, ווי געשריבן אין

פריערדיגן

בריוו, איז אין דעם דאָ ביידע זאַכן (א)

אתם

נצבים היום כולכם

– אַז

אַלע

אידן שטייען פעסט און

צוזאַמען

אין דעם טאָג פון ראש השנה,

כולכם כאחד

, און גלייכצייטיג (ב) אין אַ פאַנאַנדערטיילונג פון "ראשיכם" ביז "שואב מימיך", און ווי דערקלערט אין דעם פריערדיגען בריוו בפרטיות, אַז ביידע זאַכן זיינען פאַרבונדן און אָפּהענגיג איינע פון דער צווייטער, וואָס דאַמאָלסט איז דאָס אַ קומה שלימה וואָס ענטהאַלט אַלע טיילן בשלימות, פון דעם "קאָפּ" ביז דער "פּיאַטע" –

וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף נאָך אַ נקודה, וואָס דער

אַלטער

רבי ברענגט אַרויס, אַרומריידנדיג דעם דערמאָנטן ענין, און דאָס איז, אַז אין געוויסע הינזיכטן שפּילט די "פּיאַטע" די ראָלע פון אַ "קאָפּ", און דער קאָפּ גייט איר נאָך – ווי מ'זעט דאָס אויך אין גשמיות, אַז כאָטש דער קאָפּ פירט אָן מיט דעם גאַנצן קערפּער, האָבן די פיס און די פּיאַטעס אַ מעלה וואָס זיי מאַכען דעם גאַנצן קערפּער צוזאַמען מיטן קאָפּ

גיין

פון איין אָרט צום צווייטן.

דאַרף מען פאַרשטיין ווי אַזוי אויך אין נמשל (אין רוחניות) קען זיין, אַז דער "שואב מימיך" זאָל זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון "ראש" און ווערן אַ מוסטער פאַר די "ראשיכם", אַז אויך זיי זאָלן באַווירקט ווערן פון "שואב מימיך". אין רוחניות מיינט דאָך "ראשיכם" שכל, הבנה והעמקה, בשעת "שואב מימיך" באַציט זיך אויף דעם וועמענס צוגאַנג צו רוחניות (קיום המצוות) איז אָפט ניט מער ווי אַ מעכאַנישער, ווי דאָס איז אין דעם משל פון אַ "שואב מים", וואָס אין דעם פאָדערט זיך ניט קיין אַריינטראַכטונג און ספּעציעלער פאַרשטאַנד וכו', נאָר טאָן די זאַך באמונה. איז ווי אַזוי איז מעגלעך, אז דער "שואב מימיך" זאָל גאָר זיין דער "ראש" און די "ראשיכם" זאָלן אים נאָכגיין?

נאָכמער: אין דער קאַטעגאָריע פון "שואב מימיך", אין דעם לעצטן סוג אידן – זיינען דאָך אויך פאַראַן חילוקים, ביז אַז זי נעמט אַריין אויך די וואָס, ווי אַ וואַסער טרעגער אין פשוט'ן זין – ער איז געבאָרן געוואָרן מיט די איינפאַכסטע כשרונות אָן קיין פעאיגייט צו אַ שכל'דיגע באַשעפטיגונג און אויסגעוואָקסן אין אָרימקייט, ניט האָבענדיק קיין מעגליכקייט צו לערנען איז ער געוואָרן אַ שואב מימיך,

אָבער וויבאַלד אַז זיין אַבסאָליוטע עם-הארצות און פשוט'קייט איז

לגמרי

ניט

זיין שולד,

אנוס

הוא – ווערט אויך ער איינגעשלאָסן און פאַראיינציקט מיט כולכם.

אָבער ווי אַזוי קען אויך דער סוג זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון "ראש" ווי אויבנדערמאָנט?

***

דאָס ברענגט צו נאָך אַ פראַגע: וויבאַלד דער אויבערשטער אַליין האָט אָנגעוויזן און אויפגעפאָדערט יעדן אידן ווי אַזוי ער זאָל זיך פירן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, איז ווי איז בכלל מעגלעך אַז עס זאָל זיין אַ מצב וואו אַ איד זאָל ניט האָבן די מעגלעכקייט אויפצופירן זיך אין אַלע פרטים לויטן רצון פון דעם אויבערשטן –

דעם

בעל-הבית פון דער גאַנצער וועלט? און דאָך, ווי מיר ווייסן און זעהן, איז פאַראַן אַזאַ מצב, וואו אידן, אפילו ביים בעסטן ווילן, און אפילו מיט מסירת-נפש, זיינען באמת ניט אַמשטאַנד צו מקיים זיין דעם רצון פון השי"ת אין אַלע פרטים, צוליב זייטיקע אומשטענדן איבער וועלכע זיי האָבן קיין שליטה ניט. און ווי דער משל אין דעם אַז מסירת-נפש העלפט אַראָפּצושפּרינגען פון אַ דאַך, פון אויבן אַראָפּ, אָבער עס העלפט ניט אַרויפצושפּרינגען פון דער ערד אויפן דאַך.

***

איז

דער ענטפער אויף די אויבנבאַרירטע פראַגען – אין קורצן, על כל פנים:

אמת טאַקע,

המעשה

– עיקר

, דער עיקר איז דער טאָן

בפועל

, אָבער פון דער אַנדער זייט איז אויך פון דער העכסטער וויכטיקייט

געפיל

און

כוונה

. איז בשעת עס איז אַמאָל אַ מצב, ווען עס איז אוממעגלעך פאַר אַ אידן, אפילו מיט מסירת-נפש, מקיים צו זיין אַן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן במעשה בפועל, ברענגט עס אַרויס באַ דעם אידן אַ ווייטאָג און צער פאַרוואָס ער קען ניט מקיים זיין די באַשטימטע מצוה – אַן אמת'דיגער און טיפער צער וואָס נעמט דורך דעם מענטשן דורך און דורך, ביז עס רירט אָן זיין

עצם

הנשמה. און דאָס ברענגט אים צו אַ טיפער פאַרבינדונג מיט דעם אויבערשטן און מיט תורה ומצוות און אידישקייט בכלל, וואָס אָן דער צער'דיגער איבערלעבונג וואָלט ער דערצו ניט צוגעקומען. אין אַזאַ פאַל, איז ניט נאָר וואָס ער באַקומט ניט קיין עונש ח"ו פאַר ניט מקיים זיין די מצוה

בפועל

, וואָרום ער איז דאָך אַן אנוס, נאָר פאַרקערט, ער באַקומט אַ שכר פאַר דעם וואָס

ער

האָט באמת געוואָלט מקיים זיין די מצוה, און וואָס ס'איז נאָך וויכטיגער: דורך דער טיפער איבערלעבונג באַקומט

פון

איצט אָן און ווייטער זיין נשמה-לעבן אַ

טיפקייט

און שלימות צו וועלכע (קען זיין) ער קען אַנדערש ניט צוקומען.

נאָכמער: אויך אין באַצוג צו מעשה בפועל זעט מען, אַז ווען דער אויבערשטער העלפט דערנאָך און נעמט אים אַרויס פון יענעם מצב און שטעלט אים אַוועק אין אַ סדר חיים, אַז ער זאָל קענען מקיים זיין אויך די מצוה, אָדער מצוות, וואָס ער האָט ניט געקענט מקיים זיין אין דעם פריערדיקן מצב, איז ער איצט מקיים די מצוות מיט אַ טיפקייט און ליכטיקייט און האַרציקייט, וואָס ביז דאַן האָט ער דאָס ניט געהאַט.

אזוי אַרום ווערט דער "שואב מימיך" אַ "ראש" אין קיום המצוות אויפן שלימות'דיגסטן אופן, מיטן גאַנצן האַרצן און געפיל, און די וועלכע זיינען ניט דורכגעגאַנגען דעם לייטערונגס-פּראָצעס פון

"כור

הברזל", קענען זיך פון אים לערנען און באַגייסטערט ווערן, און נאָכגיין אים.

***

דערביי מוז אָבער באַוואָרנט ווערן אַ גאָר וויכטיגער פּונקט:

דער

יצר-הרע

איז אַן אומן במלאכתו, אַ גרויסער ספּעציאַליסט, בפרט אַז ער מישט אַריין דעם גרעסטן סאָרט שוחד –

אהבת עצמו

. און איינער פון זיינע מיטלען איז איינצושמועסן אַ מענטשן ניט צו טאָן אַ מצוה מיטן אויסרייד אַז ער איז אין דעם אַן "אנוס", און ער געפינט אויף דעם פאַרשידענע ערקלערונגען און "באַווייזן", און לאָזט ניט רוען און טומלט אין דעם אָן אויפהער.

איז וויבאַלד אז

"אדם

קרוב אצל עצמו" און עס איז אים זייער שווער זיין אָביעקטיוו אין אַן ענין וואָס איז אים אַליין נוגע, דאַרף ער וויסן, אַז דאָס וואָס עס דאַכט זיך אים אַז ער איז אַן אנוס, איז נאָך גאָר קיין ראי' ניט אַז דאָס איז באמת אַזוי. דעריבער, כדי אויפצוקלערן דעם מצב, מוז ער זיך ווענדן צו איינעם וואָס איז ניט משוחד אין דעם, אויך ניט משוחד דורך וועלן נושא-חן זיין באַ אַ צווייטן, נאָר דוקא צו איינעם וואָס שטייט אינגאַנצן אין דער השקפה פון תורת

אמת

, וואָס אמת מיינט – אָן פשרות, און נאָר ער קען אים באַלייכטן די לאַגע און אויפקלערן, צי דאָס איז טאַקע אַ פאַל פון אונס, אָדער – די איינריי- דענישן פון דעם

זקן וכסיל, דער יצר-הרע

.

***

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז שטייענדיג אין די טעג וואָס

התשובה יפה

ביותר ומתקבלת היא מיד

– אַ גאָר גינסטיגע צייט פאַר תשובה, וואָס ווערט באַלד אָנגענומען, זאָל מען אויסנוצן די צייט ווי דער אויבערשטער

בעט

און זאָגט אָן אידן:

דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו

קרוב

– זוכט דעם אויבערשטן ווען ער געפינט זיך, רופט (ציט זיך) צו אים ווען ער איז נאָענט; און אַז דער ענין התשובה – דאָס אומקערן זיך פון יעדן איינעם און איינע

צו

זיין אמת'ן "איך", וואָס יעדער איד, מאַן און פרוי, איז אַ

חלק

אלק' ממעל ממש – זאָל זיך אויסדריקן אין אַלע פרטים פון טאָג-טעגלעכן לעבן, במחשבה דיבור ומעשה, אין דער שלימות'דיגער מאָס, ווי אויבן געשריבן.

און דער אויבערשטער זאָל געבן, און וועט געבן, יעדן איינעם און איינע די פולסטע מעגלעכקייט, אַז אין אַ געזונטן אופן און אין אַ פריילעכן אופן זאָל מען לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות –

כמצות

רצונך

– אין דעם פולן זין.

בברכה לכל אחד ואחת בתוככי כלל ישראל לחתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

מנחם שניאורסאהן

B"H, Bein Keseh LeAsor, 5732.

Brooklyn, NY.

Shalom u'Vrachah!

Coming from the days of Rosh Hashanah, when all Jews as one accepted upon themselves the sovereignty of the Blessed One willingly and openly in daily life, in harmony with the request "Galeh Kevod Malchutcha Aleinu" (Reveal the glory of Your kingship upon us)—which, as written in a previous letter, contains both (a) Atem Nitzavim Hayom Kulchem ("You are all standing today together")—that all Jews stand firm and united on Rosh Hashanah, all as one; and simultaneously (b) a differentiation from your heads to your water drawers; as explained previously in detail, that both aspects are connected and dependent on each other—then it is a complete stature containing all parts in perfection, from head to heel—I wish here to focus on another point that the Alter Rebbe brings out when discussing this matter: that in certain respects, the heel plays the role of a head, and the head follows it—as we see physically: although the head leads the whole body, the feet and heels have an advantage—they move the entire body including the head from place to place.

We must understand how also in its spiritual parallel it is possible for a water drawer to be elevated to the level of a head and become an example for your heads—that even they should be influenced by water drawers. Spiritually, "your heads" means intellect—understanding and depth—while "water drawers" refers to those whose approach to spirituality (fulfillment of mitzvos) is often no more than mechanical, like a water carrier who needs no special contemplation or understanding but simply does it with faith. How then can it be that a water drawer becomes truly a head and your heads follow him? Moreover: within "water drawers," even among those at this lowest category—there are differences; it includes even those who, like a literal water carrier, were born with very simple abilities without capacity for intellectual engagement and grew up in poverty without opportunity to study—thus became water drawers. But since his absolute ignorance and simplicity are not his fault—he is forced—it includes him too within "all of you." But how can even this type be elevated to headship as above?

This brings another question: Since G‑d Himself has instructed every Jew how to conduct daily life, how is it possible for there ever to be a situation where a Jew cannot fulfill every detail according to G‑d's will—the Master of all creation? Yet we see such situations exist: Jews who—even with best intentions and self-sacrifice—truly cannot fulfill G‑d's will in every detail due to circumstances beyond their control. The analogy: self-sacrifice helps one jump down from a roof but not up from ground onto a roof.

The answer to these questions—in brief at least: It is true that action is primary—the main thing is actual deed—but on the other hand feeling and intention are also supremely important. So when there arises a situation where it is impossible for a Jew—even with self-sacrifice—to fulfill G‑d's command in practice, this causes real pain and sorrow for not being able to perform that mitzvah—a genuine deep pain that penetrates one's very being. This brings him to deeper connection with G‑d, Torah and mitzvos, and Judaism overall—which he would not have reached without this painful experience. In such cases—not only does he not receive punishment for failing to perform practically (since he was forced), but on the contrary: he receives reward for truly wanting to do so; more importantly: through this deep experience his soul-life attains depth and completeness otherwise unreachable. Moreover: even regarding practical action—it is seen that when G‑d later helps him out of such circumstances so he can now perform those mitzvos he previously could not do—he fulfills them now with greater depth, light, and heartfelt feeling than before. Thus the water drawer becomes a head in mitzvah observance at its most complete—with full heart and feeling—and those who did not undergo such refining processes can learn from him and be inspired by him.

However—a very important caution must be noted: The yetzer hara is an expert craftsman—a great specialist—especially when mixing in self-love as bribe. One method is convincing someone not to do a mitzvah by claiming he is forced—and finds various explanations or proofs—and does not rest from agitating about it. Since "a person is close to himself" making objectivity difficult regarding matters affecting oneself—one must know that just because it seems he is forced does not prove it's really so. Therefore—to clarify his situation—he must turn to someone unbribed by personal interest or desire for favor but rather someone wholly steeped in Torah truth perspective—which means uncompromising truth—and only such a person can illuminate his case whether it's truly coercion or just tricks of the old foolish one—the yetzer hara.

May G‑d help that standing now during these days when "teshuvah is especially beautiful and immediately accepted"—a most favorable time for teshuvah which is instantly received—we utilize this time as G‑d requests: "Dirshu Hashem b'himatzo k'rauhu b'hyoto karov" (Seek Hashem when He may be found; call Him when He is near); so that teshuvah—the return of each man or woman to their true self (for every Jew man or woman is literally part of Elokut above)—should express itself in all details of daily life—in thought speech and action—in perfect measure as above. And may G‑d grant—and will grant—each man and woman full ability so that healthily and joyfully they study Torah and fulfill mitzvos—as You desire—in fullest sense.


Summary

The Rebbe teaches that sincere yearning—even by those with limited understanding—can elevate one's spiritual standing beyond intellect alone. Honest introspection ensures our excuses are genuine; during these days of teshuvah we each have unique power to connect deeply with G‑d through heartfelt effort.

Leave Feedback