ב"ה
, י"א ניסן, ה'תש"ל — ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אונזערע ימים-טובים – ווי אַלע זאַכן פון תורה און מצוות – האָבן אַלגעמיינע, געמיינזאַמע ענינים און אויך אייגנאַרטיגע ספּעציפישע שטריכן. דער רייכער, אונערשעפּלעכער אינהאַלט פון די ימים-טובים מאַכט מעגלעך אויסצוקלייבן געוויסע נקודות, וועלכע קענען דינען אַלס ספּעציעל צוגעפּאַסטע אָנדייטונגען און אָנווייזונגען פאַר ספּעציעלע אומשטענדן אין אַ באַשטימטער צייט און אַ באַשטימטן אָרט.
דאָס איז, פאַרשטייט זיך, אויך אַזוי אין צוזאַמענהאַנג מיט פסח, און אדרבא נאָך מיט מער קראַפט און באַדייטונג, נעמענדיג אין אַכט, אַז פסח איז
"ראש
לרגלים" (דער "קאָפּ" פון אַלע ימים טובים), און אַז דער יום טוב פון יציאת מצרים איז
דער געבורטסטאָג
פון אידישן פאָלק.
***
די ספּעציעלע וויכטיקייט פון פסח קען מען זען אויך דערפון וואָס דאָס איז איינע פון (די מער ניט ווי)
צוויי
מצות-עשה, וואָס די
שטראָף
פאַר ניט מקיים זיין זיי איז כרת, חס ושלום. די דאָזיגע צוויי מצוות זיינען:
מילה
און
קרבן פסח
. ביידע זיינען אויך ענג פאַרבונדן צווישן זיך, וואָרום
דער
וואָס איז ניט גע'מל'ט קען ניט מקריב זיין דעם קרבן פסח. און פון די צוויי איז פסח האַרבער דערמיט – וואָס בנוגע מילה איז דאָ דער חיוב פון מל זיין אויך
נאָך
דער צייט, אָבער דעם קרבן פסח קען מען מקריב זיין נאָר אין זיין באַשטימטער צייט און ניט שפּעטער.
אין אַ פרט איז אָבער דער קרבן פסח אינגאַנצן אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע מצוות און אויך קרבנות, און דאָס איז, אַז ניט נאָר דער פאָטער דאַרף זיין גע'מל'ט, נאָר אויך
די
קינדער זיינע מוזן זיין גע'מל'ט; און אויב ער האָט אַ
זון
, וועמען ער האָט ניט מל געווען, ניט אַריינגענומען אין דעם "ברית עולם" (אייביגען בונד) מיט דעם אויבערשטן, קען (אויך) דער פאָטער
ניט
ברענגען דעם קרבן
פסח
!
***
כאָטש דער ענין פון קרבנות, אַריינגערעכנט אויך דעם קרבן פסח, איז שייך נאָר אין דער צייט פון בית
המקדש
, און וועט ערשט באַנייט ווערן ווען דער בית המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן דורך
משיח
צדקנו, איז דאָך אָבער באַוואוסט, אַז
אַלע
ענינים אין תורה, וואָס זי איז אַ נצחיות'דיגע, פאַרמאָגן אין זיך און האָבן קלאָרע און פּראַקטישע אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבן – אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער.
***
דער יום טוב פסח, וואָס ווערט אַזוי גערופן אויפן נאָמען פון
קרבן פסח
, אונטערשטרייכט די העכסטע
וויכטיקייט
פון חינוך – דערציאונג פון אידישע קינדער. אייגענטלעך איז איינער פון די גרונדשטריכען פון דעם גאַנצן סדר-של-פסח דער חינוך פון קינדער, פון יעדן קינד, פון אַלע קינדער – ווי דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט אויך
אין דער הגדה
(
כאן הבן שואל
, כנגד
ארבעה
בנים דברה תורה,
והגדת
לבנך וכו'). אָבער דער ענין פון
קרבן פסח
אונטערשטרייכט אין אַ גאָר בולט'ן אופן ווי ווייט אידישע דערציאונג פון קינדער רירט אָן ניט נאָר די קינדער, נאָר אויך די עלטערן: אויב די עלטערן האָבן ניט דערפילט זייער פליכט צו זייער קינד און האָבן אים ניט אַריינגעפירט אין דעם אייביגען בונד מיט דעם אויבערשטן, און אין אַן אופן וואָס בלייבט איינגעקריצט ניט נאָר אין דער נשמה נאָר אויך אין גוף (והיתה
בריתי
בבשרכם
לברית עולם), דאַן איז ניט נאָר וואָס זיי באַרויבן ר"ל זייער קינד פון דעם ברית עולם מיט דעם אויבערשטן און פון די ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם ברית עולם (און מיט דעם קרבן פסח), נאָר אויך די עלטערן פאַרלירן די מעגלעכקייט צו ברענגען דעם קרבן פסח מיט אַלע ענינים און ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן דערמיט. ובפרט די דערמאָנונג און דערוועקונג פון
"פסח
הוא לה' . . ופסחתי עליכם" – אַז דער אויבערשטער האָט רחמנות אויף אייך און אפילו ווען אין וועלט פּאַסירן אומגעוואונשענע זאַכן – סיי בגשמיות סיי ברוחניות – "שפּרינגט" דאָס אייך אַריבער.
***
ווען די אידן זיינען געווען אין מצרים, האָט דער קרבן פסח באַוואָרענט, אַז דער
"משחית"
(מגיפה) זאָל ניט אַריינטרעטן אין אַ אידישע הויז צו זוכן קרבנות. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגן באַשיצן די בכורים.
אין אונזער צייט, ווען אידן
אומעטום
, געפינען זיך אין גלות, אַ גלות בגשמיות און אַ גלות ברוחניות – האָבן אַ טייל עלטערן ליידער פאַרנאַכלעסיגט דעם ענין פון קרבן פסח, ווי ערקלערט אין תורה דער אינהאַלט פון דעם קרבן:
משכו
וקחו לכם צאן – משכו ידיכם מעבודה זרה והדבקו במצוה (גייט אַוועק פון די פרעמדע געטער (אידעאַלן) און באַהעפטיגט זיך אין מצוות) און דער משחית געפינט אַן אָפענע טיר צו די דאָזיגע הייזער און זעט אַראָפּצופירן פון ריכטיגען וועג, ר"ל, אָן אונטערשייד צי דאָס זיינען בכורים אָדער ניט, אינגלעך אָדער מיידלעך. די מגיפה האָט זיך אויסגעשפּרייט אין פיל אידישע הייזער ר"ל.
און דאָס איז אַ פועל-יוצא דערפון וואָס אַ טייל עלטערן זיינען נאָך אַליין ניט אַוועקגעגאַנגען פון די פרעמדע (און פיינטליכע צו אמת'ר אידישקייט) אידעאַלן און אַ טייל פון די וואָס זיי אַליין זיינען מקיים דעם "משכו וקחו" – האָבן זיי אָבער אַראָפּגעוואָרפן פון זיך דעם יאָך און אחריות צו זען אַז זייערע קינדער זאָלן פון קינדווייז אויף דערצויגן ווערן אין דעם דרך פון אמת'ר אידישקייט, דער דרך פון תורה און מצוות. די טרויעריגע און טראַגישע פאָלגען פון אַזאַ צוגאַנג דאַרף מען היינט ווייט ניט זוכן, טרויעריגע און טראַגישע פאָלגען ניט נאָר פאַר די פאַרנאַכלעסיגטע קינדער, נאָר אויך פאַר די עלטערן וואָס האָבן זיי פאַרנאַכלעסיגט.
דער יום טוב פסח, און ספּעציעל דער ענין פון קרבן פסח, דערמאָנט מיט דער גרעסטער הדגשה, אַז אויב אידן ווילן אַז זיי און זייערע קינדער זאָלן געניסן פון דעם "ופסחתי עליכם" און, אין אַלגעמיין, פון "זמן
חירותנו"
– צו באַפרייען זיך פון אַלע אומגעוואונשענע און שעדלעכע זאַכן, אינערלעכע (נאַטירלעכע נייגונגען וכו') און נאָך מער – פון די שעדלעכע השפעות פון דרויסן, אין אַ צייט ווען דער משחית דרייט זיך אַרום אין גאַס און אפילו אין ערציאונגס אַנשטאַלטן – איז דאָס מעגלעך צו באַוואָרענען נאָר אויב זיי וועלן אַליין אָפּוואַרפן אַלע "עבודה זרה'ס" און באַהעפטיקן זיך מיט אמת'ר אידישקייט און געבן זייערע קינדער אַ גרינטלעכע, תורה-טרייע דערציאונג פון קינדווייז אָן, אין אַן אופן וואָס זאָל
איינגעקריצט
ווערן אין זייער גוף און אין זייער נשמה, דורך מקיים זיין תורה און מצות אין
טאָג
-
טעגלעכן לעבן
,
במעשה בפועל
. דאַן קען מען האָפן און זיין זיכער, אַז די עלטערן מיט די קינדער,
אַלע קינדער
, וועלן זיין צוזאַמען ביים סדר-טיש און
פּראַווען
פסח, דעם יום טוב פון זמן חירותנו – באַפרייאונג אין אַלע הינזיכטן,
און
דאָס
וועט אויך מקרב זיין און צו איילן דעם חירות האמיתי – די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
בברכת חג הפסח כשר ושמח וחירות אמתית,
מנחם שניאורסאהן