ב"ה, ג' טבת, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י.
לכבוד מר אלי' שי' ווייזעל
שלום וברכה!
נאָך דעם לאַנגן איבעררייס, האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו, וואָס איז אָנגעקומען מיט אַ פאַרשפּעטיקונג. עס האָט מיר געוואונדערט, וואָס איר דערמאָנט גאָרניט וועגן זיך.
איך בין ספּעציעל געווען צופרידן צו באַקומען אייער בריוו, ווייל איך האָב שוין לאַנג געזוכט אַ געלעגנהייט אָנצופרעגן באַ אייך אין אַן אופן וואָס זאָל ניט הייסן, אַז איך מיש זיך, און צופיל דערצו, אין אייערע פּריוואַטע אָנגעלעגנהייטן.
וואָס עס האָט מיך באַאומרואיקט איז דאָס וואָס איך האָב גאָרניט געהערט וועגן שידוך. ווי איך האָב פאַרשטאַנען פון אייער בריוו האָט געהאַלטן נאָענט דערביי, און שוין גאָר אַ לאַנגע צייט צוריק, און פון דאַן –
אין
קול ואין עונה.
צוריקקערנדיק זיך צום אינהאַלט פון אונזער געשפּרעך – און איך האָף, אַז איר געדענקט לכל הפחות די עקריות'דיקע נקודות דערפון, איז דאַן געווען מיין שטעלונג, אַז אין אונזער תקופה, ווי טייער עס זאָל זיין דער זכרון פון אונזערע קדושים הי"ד, און ווי נויטווענדיק עס איז אַז אונזער דור זאָל וויסן וועגן דער שואה, על אחת כמה וכמה ניט פאַרגעסן די ענינים פון קידוש השם וואָס מ'האָט געזען פון די קדושים
– און ניט ווי
וועלט
מאַכט אַ טעות און מיינט, אַז דער קידוש השם איז געווען בלויז פון די וועלכע האָבן געמאַכט אַן אויפשטאַנד, נאָר אויך פון די וועלכע האָבן געוויזן אַ מוטיקן ווידערשטאַנד אין אָנהאַלטן דעם קיום, און אַן אידישן קיום, און אין טאָג-טעגלעכן לעבן אונטער די שוידערלעכע און אוממענטשלעכע אומשטענדן; און פאַר אייך, וואָס איר זייט געווען צווישן זיי, איז דאָך ניט נויטיק מאריך צו זיין וועגן דעם –
איז אָבער פון דער אַנדער זייט נאָך וויכטיקער צו געדענקען די איבערוויגענדע פליכט – באַזירנדיק זיך אויף אונזערע
חכמי המשנה
, אַז מעשה הוא העיקר – צו טאָן דעם מאַקסימום אום צו בויען דאָס לעבן פון אידן און דעם אידישן לעבן, אין כמות און אין איכות, אין דער פולסטער מאָס.
און דאָס איז אויך דער ריכטיקער ענטפער און די ריכטיקע מלחמה מיט היטלערן און זיינע יורשים, וואָס ליידער ווערן זיי ניט ווייניקער און אפשר גאָר פאַרקערט, כאָטש זיי דערשיינען אונטער פאַרשידענע צורות און מאַסקעראַדן.
און מ'זעט דאָך באַשיינפּערלעך, אַז דער זכרון פון אומעטיקע זאַכן בכלל, און פון אַזוינע מאוים'דיקע פּאַסירונגען בפרט – איז צום אַלעם ערשטן פאַרשטאַרקט דאָס דעם פּעסימיזם, און במילא שוואַכט עס אָפּ אויך די ענערגיע, וואָס דאָס ווירקט זיך אויס אין אַ היפך פון בויען און שאַפן, צו וועלכע עס פאָדערט זיך דוקא בטחון און שמחה.
פאַרשטייט זיך, אַז אויב דער דאָזיקער צוגאַנג ווערט פאַרלאַנגט פון יעדן איינעם, איז דאָך על אחת כמה וכמה אַז עס ליגט אַ פיל-פאַכיקע אחריות אויף איינעם וואָס האָט אַ ברייטע השפעה, מיט פיל לייענער, צוהערער אאַ"וו.
זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז עס שטלט זיך באַלד די פראַגע: ווי קען מען פאַרלאַנגען פון אַ מענטשן זיך אָפּצורייסן פון זכרונות און איבערלעבונגען וואָס ער האָט אַליין דורכגעלעבט?
האָט מען אָבער געזען, אַז באַ אידן האָט מען שטענדיק פאַרלאַנגט זאַכן, וועלכע זיינען אויפן ערשטן אויגנבליק געווען גאָר שווער צו דערפילן, און זיינען יעדנספאַלס ניט געווען לייכטע אויפגאַבן.
מעגלעך, אַז איך האָב שוין אָנגערירט דאָס אַלס אויבנגעשריבענע
אין
אַ פריערדיקן בריוו צו אייך, וואָרום דאָס איז אַן אָנגעווייטאָגטע זאַך וואָס ס'איז מיר פאָרגעקומען צו טראַכטן און איבערטראַכטן אין באַצוג צו אייך און צו אַנדערע אין אַן ענלעכער לאַגע.
בכל אופן רעכן איך, אַז ס'איז ניט איבעריק צו דערמאָנען נאָכאַמאָל, ווייניקסטנס אין קורצן, אַלס אַ הקדמה צו מיין אויסדריקן צופרידנקייט פון דעם וואָס אין אייערע אַרטיקלען פאַר די לעצטע פּאָר חדשים און אפשר נאָך לענגער וועלכע זיינען געקומען צו מיין אויפמערקזאַמקייט, מערקט זיך מערער די בטחון'דיקע נקודה און די התעוררות-למעשה נקודה, צו טאָן, שאַפן און בויען ברוחניות ובגשמיות גם יחד.
וואָס דאָס פאַרשטאַרקט נאָך מער דעם הכרח פון דעם ענין פון איינאָרדנען זיך אין אַ פאַמיליען לעבן. וואָרום סוף-סוף געפינט זיך דאָך אַ שרייבער אונטער דער השפּעה פון זיין פּריוואַטן לעבן אַלס אַ פרט, און ניט נאָר פון זיינע איבערלעבונגען אַלס אַ שרייבער.
ווי אויבן געשריבן, האָב איך געזוכט אַ געלעגנהייט שוין פריער צו שרייבן אייך וועגן דעם, זאָל זיין מיט אַנטשולדיקונג פאַרוואָס איך מיש זיך אין אייער פּערזענלעכן לעבן. איך נעם אָבער אויף זיך די שולד, אויב דאָס אויבנגעשריבענע וועט האָבן די געוואונשענע רעזולטאַטן, ויפה שעה אחת קודם.
איך האָב גערעכנט, אַז מיר וועלן זיך זען באַ איינע פון די פאַרברענגענס, וואָלט איך דאָס אויבנגעשריבענע געקענט זאָגן פּערזענלעך, לכל הפּחות בקיצור. ליידער האָב איך אייך ניט באַמערקט, צי ווייל איר זייט ניט געווען, צי ווייל איר זייט געווען אַ
נחבא
אל הכלים.
דעריבער בין איך ספּעציעל געווען גערן צו ערהאַלטן אייער בריוו, וואָס האָט מיר געגעבן די מעגלעכקייט אויסצודריקן פאַר אייך מיינע געדאַנקען, ספּעציעל די עקריות'דיקע נקודה, אַז אויב איך האָב ריכטיק געדרונגען פון אייערע פריערדיקע בריוו, אַז איר האָט באַשלאָסן חתונה צו האָבן, און האָט טאַקע חתונה געהאַט – זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און אויב ח"ו נאָך ניט – איז מיין אינערלעכער וואונש, אַז דאָס זאָל פאָרקומען אין דער גאָר נאָענטער צוקונפט, בבנין עדי-עד, על יסודי התורה והמצוה.
און אויפן יסוד פון אַלעס אויבנגעשריבענע – וויבאַלד אַז איר שטורמט און מאָנט, אַז מ'דאַרף מלחמה האַלטן מיט היטלערן און זיינע אָנהענגער און יורשים – איז דער אמת'ער ענטפער
כלשון
הכתוב: כן ירבה וכן יפרוץ, ד.ה. צו אַלעם ערשטן אַ נאָרמאַלער אידישער לעבן מיט קינדער און קינדס-קינדער.
און אויב עס שטעלט זיך פאָרט די פאַרשטענדלעכע פראַגע, ווי אויבנדערמאָנט, ווי קען מען דאָס פאַרלאַנגען, און ווי קען דאָס זיין נאָרמאַל, וכו' וכו'? – ווערט דאָך מיין בריוו געשריבן אויף מאָרגן נאָך חנוכה, וואָס חנוכה באַווייזט, אַז אפילו אין דער צייט פון בית המקדש, און ווען גאָר אַ גרויסע טייל פון אידישן פאָלק האָט געלעבט אין ארץ הקודש, האָט מען אויך געדאַרפט אָנקומען צו נסים; און פון דער אַנדער זייט – אַז ווען מ'דאַרף אָנקומען צו אַ נס, פּאַסירט דער נס. ואם תמצא לומר, איז דאָך יעדערער פון אונז וואָס גייט אַרום און רעדט און שרייבט וכו' – אַ לעבעדיקער נס, באַטראַכטנדיק, אַז מיר זיינען
"איין
שעפעלע צווישן זיבעציק וועלף" אפילו אין 1967.
איך ניץ אויס די געלעגנהייט אָפּגעבן אייך מזל טוב פאַר די פאַרשידענע אויסצייכענונגען און פּרייזן וואָס איר האָט באַקומען זינט אייער לעצטן בריוו, לויט ווי איך האָב געזען אין דער פּרעסע. איך האָף, אַז כאָטש דאָס טיילט אייך
אויס
פון אַנדערע – וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון (פּערזענלעכער)
אויס
צייכנונג – וועט עס אָבער ניט אָפּטיילן פון אַנדערע אידן, ואדרבה, וכלשון הכתוב
וירא
בסבלותם, נאָך מער ווי פריער, וויבאַלד אַז די אויסצייכנונג גיט אייך אַ גרעסערע מעגלעכקייט אַרויסצוהעלפן זיי.
דערביי האָף איך אויך, אַז ניט קוקנדיק אויף אַלע אויסצייכנונגען, שוואַכט עס נישט אָפּ דעם געדיינקן אַז
חסד
לאומים חטאת, וואָס דאָס פאַרזען דערפון האָט געבראַכט פיל צרות ל"ע ול"ע.
ויהי רצון, אַז כאָטש עס איז שוין נאָך חנוכה, זאָל מען מיטנעמען פון גייסט פון חנוכה, אין דעם
צוגעבן
ליכטיקייט פון טאָג צו טאָג, אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, צו פאַרטרייבן די פינצטערניש פון דער וועלט
(משתשקע
החמה), און אין אַן אופן פון
פתח
ביתו מבחוץ, מיט אידישע שטאָלץ און עקשנות, ביז עס וועט ענדלעך ליכטיק ווערן אויך אין דרויסן.
בכבוד ובברכה לבשורות טובות בכל הכתוב לעיל.
נ. ב.
מיט גרויס פאַרוואונדערונג האָב איך געלייענט אין אייער בריוו, אז ס'איז ניט צושטאַנד געקומען
דאָס
טרעפן זיך מיט מרת ג.מ. תחי', כאָטש אין אָנהויבס האָט איר גענומען אַן אָנטייל אין דעם צוזאַמענברענגען.
מיין פאַרוואונדערונג איז נאָך גרעסער, וואָרום אַ צייטונגס-מענטש דאַרף דאָך וויסן אפילו זאַכן וועלכע זיינען פאַרהוילן פון אַ פּשוט'ן בשר ודם, און דאָס איז אַז די וואָס האָבן געדאַרפט זיין די פאַרמיטלער זיינען לכתחילה ניט געווען צופרידן פון דעם צוזאַמענטרעפן זיך, און סוף-סוף האָט זיך אויסגעפירט ווי זיי האָבן געוואָלט, אַז ס'איז ניט צושטאַנד געקומען דאָס צוזאַמענטרעפן זיך, ניט איבער מיין שולד, און ניט איבער מרת ג.מ.'ס שולד, און אויך ניט איבער די פאַרמיטלער פון מיין זייט.
ס'איז מערקווירדיק וואָס איר ווייסט ניט דערפון, וואָרום לערך צו דער זעלבער צייט האָבן די זעלבע "פאַרמיטלער" פאַרמיטלט וועגן אַ באַזוך באַ מיר פון נאָך צוויי פּרעזענלעכקייטן, און אויך אַזוי לאַנג "פאַרמיטלט" ביז עס האָט זיך זיי איינגעגעבן דאָס מבטל צו זיין.
איך וויל ניט מאריך זיין אין דעם פּיינלעכן ענין, כאָטש זעלבפאַרשטענדלעך טוט מיר באַנג דאָס וואָס די באַגעגניש איז ניט צושטאַנד געקומען, וואָרום אַ חוץ אַלע איבעריקע זאַכן, האָט מיר די באַגעגעניש מיט מרת ג.מ. אינטרעסירט אויך פון ריין מענטשלעך-פּסיכאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, קענען צו לערנען אַ מענטשן וואָס, ניט קוקנדיק וואָס זי איז אַקטיוו אין פּאָליטישן לעבן צענדליקער יאָרן, מיט אַלע אייגנשאַפטן וועלכע זיינען פאַרבונדן דערמיט, איז באַ איר געבליבן די פייאיקייט צו זיין אַ באָבע צו קליינע אייניקלעך, מיט דער ווייכקייט און האַרציקייט וואָס ווערט פאַרלאַגנט דערביי.