ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשכ"ז
ברוקלין, נ.י.
צו דער צוועלפטער יערלעכער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד, ה' עליהן תחיינה
שלום וברכה!
עס איז מערערע מאל אונטערשטראכן געווארן, אז היי-יאר איז א יאר פון ספעציעלער באדייטונג, זייענדיג א יאר פון הקהל - די ספעציעלע מצוה אין דעם נאך-שמיטה-יאר צו פארזאמלען אלע אידן, מענער, פרויען און קינדער, מיטן צוועק צו פארשטארקן יראת-שמים און שמירת המצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.
און כאטש די מצוה פון הקהל איז געווען פארבונדן מיט א ספעציעלע צייט און באשטימטן ארט (בית-המקדש), איז דאך אבער די תורה א נצחיות'דיגע, אזוי אז אויך די דערמאנטע מצוה איז - אין איר גייסטיגען זין און אינהאלט - גילטיג אין אלע צייטן און ערטער, און היינט נאך אפשר מער ווי אמאל.
דער גייסטיגער זין און אינהאלט פון דער מצוה פון הקהל איז - צו פארשטארקן דעם אייביגען בונד צווישן דער נצחיות'דיגע תורה מיט דער נצחיות אין יעדן אידן און אלע אידן, וואס דאס איז די ג-טלעכע נשמה, חלק אלוק' ממעל ממש, וואס באלעבט אלע אידן, מענער, פרויען און קינדער.
* * *
אויך ל"ג בעומר , ווען דער בריוו ווערט געשריבן, האט א שייכות מיט דעם דערמאנטן אינהאלט, אין די צוויי הויפט-מאמענטן פון דעם טאג:
אין דעם טאג איז דערגרייכט געווארן דער תיקון אין דעם ענין פון שלא נהגו כבוד זה לזה און עס איז אפגעשטעלט געווארן דער חורבן צווישן די בני-תורה אין דער צייט פון רבי עקיבא. פארשטייט זיך, אז דער תיקון איז דערגרייכט געווארן דורך א פארשטארקונג פון יראת-שמים, אהבת-התורה און אהבת-ישראל אין דעם נצחיות'דיגען צוזאמענבונד וואס פאראייניגט אידן מיט דעם אויבערשטן, אידן מיט תורה, און אידן מיט אידן.
ל"ג בעומר איז אויך די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי, וואס ער האט געזאגט: יכולני לפטור כל העולם כולו מן הדין - "איך קען באפרייען די גאנצע וועלט פון דין שמים" (סוכה מה, ב. אדר"נ ס"פ טז). ער האט געקענט געפינען א זכות בא יעדן אידן (מצד דער ג-טלעכער נשמה וואס באלעבט אלע אידן, וואס דערפאר ניט א איד קען, און ניט ער וויל, זיין אפגעריסן פון ג-טלעכקייט).
* * *
אין איינקלאנג מיט דאס אויבן געזאגטע, האט די הייארדיגע קאנווענשאן - וואס איר טעמע און לייט-מאטיוו איז: נצחיות (אייביקייט) פון תורה - א ספעציעלע באדייטונג.
די ראלע פון דער אידישער פרוי און אידישער טאכטער אין פארשטארקן דעם צוזאמענבונד צווישן אידן און תורה, ווערט באזונדערס אונטערשטראכן אין דער מצוה פון הקהל , דערמיט וואס ניט נאר האבן זיי זיך געמוזט באטייליגען אין דער מצוה, נאר זיי האבן אויך געמוזט ברענגען די קליינע קינדערלעך. ווארום די האדעוואניע, אויפפאסונג און חינוך פון אידישע קינדער, פון געבורט אן ביז צו א דערוואקסענעם עלטער, פאלט אויף דער פרוי אין א גאר גרויסער מאס. זי, די אידישע מוטער, לעגט דעם הויפט-שטעמפל אויפן קינד און פורעמט זיין אינערלעכע אנטוויקלונג.
השם יתברך זאל העלפן, אז די קאנווענשאן זאל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון הקהל און ל"ג בעומר , ווי אנגעדייטעט אויבן, צו פארשטארקן דעם פארבונד פון דער נצחיות פון דער ג-טלעכער נשמה מיט דער נצחיות פון תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן, קודם כל אין דעם קרייז פון דער אייגענער משפחה, און אויך אין די ברייטערע קרייזן פון אידישע פרויען און טעכטער.
זאל די ליכטיקייט און ווארעמקייט פון חסידות, מיטן טראפ אויף אהבת השם , אהבת התורה און אהבת ישראל, באלעבן אייער פארצווייגטע טעטיקייט אין א שטייגענדער מאס און מיט שטייגענדער הצלחה.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות ברוחניות ובגשמיות גם יחד
מ. שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 334, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
א יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
חלק אלוק' ממעל ממש: תניא רפ"ב.
תיקון..שלא נהגו כבוד זה לזה: יבמות סב, ב. ובמאירי שם.
ניט א איד קען, און ניט ער וויל, זיין אפגעריסן פון ג-טלעכקייט: ראה גם לעיל חכ"ג אגרת ח'תתקכב, ובהנסמן בהערות שם.