ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ו
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין צוגאב צו די יאר יערלעכע ענינים, ענינים וועלכע יעדער יום טוב, אויך ראש השנה בכלל, ברענגט מיט זיך פון יאר צו יאר -
וואס אויך די דאזיגע ענינים דארפן באטראכט ווערן און דורכגעלעבט ווערן כחדשים (ווי נייע), אזוי ווי אלע ענינים פון תורה און מצוות, וואס זיינען דער לעבן און די לעבנסקראפט פון א אידן (כי הם חיינו ואורך ימינו), וואס דער עצם לעבן איז דאך שטענדיג ניי און פריש, אויך בא א מענטש וואס האט שוין געלעבט מערערע יארן -
זיינען אויך פאראן ספעציעלע ענינים, וועלכע זיינען פארבונדן מיט געוויסע יארן, און זיינען דעריבער פון באזונדערער באדייטונג אין דעם באטרעפענדן יאר.
דער אנקומענדער יאר ה'תשכ"ז, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, איז א נאך-שמיטה-יאר, ווען עס קומט צו א ספעציעלער ענין - די מצוה פון הקהל (פארזאמלען), וועלכע איז "א פעסטער זייל און א גרויסער כבוד פאר אונזער דת".
אין דער צייט פון בית-המקדש האט מען אין דעם נאך-שמיטה-יאר געדארפט פארזאמלען דעם פאלק - מענער, פרויען און קינדער אויך גאר קליינע קינדער, אין דעם בית-המקדש, צו הערן א ריי געקליבענע פרשיות פון דער תורה, וועלכע זיינען געלייענט געווארן דורך דעם מלך, און דאס דארף געטאן ווערן בא דער ערשטער געלעגנהייט אין דעם יאר וואס מען קען זיי פארזאמלען (סוכות - ווען אידן קומען קיין ירושלים).
און כאטש זינט דער בית-המקדש איז חרוב געווארען איז די מצוה פון הקהל - ביז דער בית-המקדש וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, במהרה בימינו - ניט נוהג, זיינען דאך אבער תורה און מצוות נצחיות'דיגע, אזוי אז אויך די יעניגע מצוות וועלכע זיינען נוהג נאר בזמן הבית האט זייער רוחניות'דיגער גייסטיגער אינהאלט - א ספעציעלע באדייטונג (אין דער באשטימטער צייט פון טאג אדער יאר) אין אלע צייטן און ערטער, און דאס דארף אויסגעדריקט ווערן, מען דארף עס מקיים זיין אויף אן ענטשפרעכענדן אופן (תפלות - אין דער צייט פון טאג ווען מען האט געבראכט די קרבנות א.ז.וו.).
* * *
די מצוה פון הקהל האט געהאט צוויי נקודות וואס, אויבערפלעכלעך, שיינען זיי צו זיין אין א ווידערשפרוך: פון איין זייט האט זיך געפאדערט הקהל את העם, האנשים והנשים והטף וגרך אשר בשעריך - א פארזאמלונג פון די העכסטע ביז די נידעריגסטע פון אידישן פאלק, וואס באווייזט, אז יעדער איינער און איינע, ניט קוקנדיג וואס זייער מעמד ומצב איז, האבן א שייכות דערצו; און, פון דער אנדער זייט, האט זיך געפאדערט צו לייענען פאר די פארזאמלטע געקליבענע פרשיות פון דער תורה, דורך דעם העכסטן בא אידן, דעם מלך.
איינע פון די דערקלערונגען דערפון:
תורה דארף באלעבן א אידן - אלע אידן אן אויסנאם - אנשים נשים טף גרים - דורכנעמען אים דורך און דורך, יעדן איינעם זיין גאנצע מציאות, אין דער פולסטער מאס און אין אלע פרטים, ביז אלע זיינע חושים און געפילן ווערן דורכגעדרונגען מיט תורה און מצוות, מיט ג-טלעכקייט.
און כדי צו דערגרייכן דאס אויבנדערמאנטע אם טיפסטן און אין דער פולער מאס ווערט די תורה דאמאלסט געלייענט דורכ'ן מלך, וואס "אימתו עליך" , ער דערוועקט דעם געפיל פון אימה און קבלת-עול וואס איז מבטל דעם "איך" און ישות פון דעם הערער.
* * *
די באדייטונג און אנווייזונג פון דער מצוה פון הקהל פאר יעדן איינעם און איינע פון אונז איז, אז מ'דארף אויסנוצן די התעוררות טעג פון חודש תשרי, און פארזאמלען אידן - מענער, פרויען און קינדער ביז - גאר קליינע קינדער - פארזאמלען זיי אין א הייליגע'ן "ארט", אין א הייליגער שטימונג און אויסנוצן עס פאר דעם צוועק וואס איז דער יסוד פון דער מצות הקהל: למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' אלקיכם ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת - כדי זיי זאלן הערן און זאלן לערנען און מורא האבן פאר דעם אויבערשטן, און היטן צו טאן אלע רייד פון דער תורה.
עס איז ספעציעל די פליכט פון יעדן איינעם וואס איז א "מלך", א גדול אין זיין סביבה - א רב אין זיין קהילה, א מחנך אין זיין כיתה, א פאטער אין זיין משפחה - צו לאזן הערן דעם ווארט פון תורה און מצוות אין זיין קרייז, מיט א שטארקייט און ערנסטקייט, וואס זאל שאפן א טיפן איינדרוק און דויערנדע השפעה אויף די צוהערער, וואס זאל זיך פילן ניט נאר אין דעם חודש תשרי, און ניט נאר אין דעם גאנצן יאר, נאר במשך די אלע זיבן יארן פון איין הקהל ביז דעם קומענדיגען; א השפעה וואס זאל זיך אויסדריקן אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין אן אויפפירונג על-פי-תורה ומצוות מיט יראת-שמים און צוזאמען מיט דעם - בשמחה ובטוב לבב.
* * *
ויהי רצון אז דער אויבערשטער - וועמען אידן קרוינען ראש-השנה אלס מלך ישראל און אלס מלך על כל הארץ, זאל באגליקן יעדן
איינעם און איינער דורכצופירן דאס אויבנדערמאנטע אין דער פולסטער מאס,
און דאס וועט אויך מקרב זיין און צואיילען די צייט ווען מען וועט מקיים זיין די מצוה פון הקהל, מיט אלע פרטים, אין בית-המקדש, בביאת משיח צדקנו, בב"א.
בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה
מנחם שניאורסאהן
דורכגעלעבט ווערן כחדשים: ספרי דברים (ו, ו) - יותר מזה ברש"י שם (יא, יג. כו, טז) "חדשים".
------------------------
עלי' נאמר: ישעי' יב, א.
נדפסה בסה"מ תרצ"ט בתחילתו, ובלקו"ש ח"ט ע' 444.
הקהל..דת: וילך לא, יב. ס' החינוך שם. וברמב"ם סוף הל' חגיגה ש"קריאה זו..לחזק דת האמת".
גאר קליינע: ראה רמב"ן עה"ת שם. גו"א (על פרש"י עה"ת). ובמנחת חינוך (שם) "נראה דתיכף שיצאו מכלל נפל"! (ועפ"ז גם בספק צריך להביא - שה"ז מ"ע מה"ת). ועד"ז הוא בכלי יקר.
בא דער ערשטער: כפשוטו של מקרא "בבוא כל ישראל גו'" - שמוסיף ומבאר הטעם.
תפלות - אין דער צייט כו': ברכות כו, ב.
------------------------
ס' החינוך שם: מצוה תריב.
דעם העכסטן..מלך: להעיר מסוף תענית. וברמב"ם (שם) "ויראה כאילו..מפי הגבורה שומעה שהמלך שליח הוא להשמיע דברי הא-ל".
תורה דארף..דורכנעמען כו': כי היא חיינו ובדוגמת חיות האדם כפשוטו.
אימתו עליך: קדושין לב, ב.
מבטל דעם "איך" כו': ראה חגיגה ה, ב: יחוי קמי מלכא. סהמ"צ לאדמו"ר הצמח צדק (שהשנה שנת המאה להסתלקות הילולא שלו) מצות מינוי מלך.
------------------------
הקהל את העם..וגרך אשר בשעריך: וילך לא, יב.
די באדייטונג: שזהו הקשר המיוחד שבין שנה זו לענין החנוך. ראה בזה גם לקמן אגרות ט'רלב. ט'רמא. ט'רמד. ט'רמו. ט'רצד. ט'רצו. ט'שה. ט'שטו. ט'שיט. ט'שכה.
ט'שלא.
א "מלך", א גדול: להעיר אשר לכמה דעות באם אין מלך בישראל הגדול שבדור הי' קורא פרשת הקהל. ובאזהרות רב סעדי' גאון (דיבור לא תשא): רב מהיר יקרא ספר במועד שמיטת (מנחת חינוך שם. ביאור להרב פערלא על ס' המצות לרס"ג, עשה ט"ז ופ' יו"ד).
צוזאמען מיט דעם: להעיר מספרי ואתחנן (ו, ה) ואין אהבה במקום יראה כו' אלא כו'.
קרוינען ראש השנה: ראש השנה טז, א. וראה לקו"ת נצבים נא, ב. ד"ה תקעו ה'תש"א.
ובכ"מ.
------------------------
למען ישמעו..התורה הזאת: וילך לא, יב.
לכמה דעות: ראה לקו"ש חל"ד ע' 189 הערה 20. וש"נ.
ד"ה תקעו ה'תש"א: סה"מ תש"א בתחילתו.
מלך ישראל: ישעי' מד, ו.
מלך על כל הארץ: זכרי' יד, ט.
צואיילען די צייט: כמחז"ל (סנה' צח, א. זח"א קיז, ב): זכו אחישנה.
------------------------
B"H, the days of Selichos, 5726.
Brooklyn, NY.
To the sons and daughters of Israel in every place—may Hashem be upon them for life.
Shalom u'Vrachah!
In addition to the annual matters—those matters that each festival, including Rosh Hashanah in particular, brings with it from year to year—which themselves must be considered and experienced as new (like all matters of Torah and mitzvos, which are the life and vitality of a Jew—Ki Heim Chayeinu VeOrech Yameinu ["for they are our life and the length of our days"], for true life is always new and fresh, even for someone who has lived many years), there are also special matters connected to certain years that have unique significance in that particular year.
The coming year, 5727—which is coming upon us and all Israel for good and blessing—is a post-Shemittah year when a special matter is added: the mitzvah of Hakhel (gathering), which is "a firm pillar and great honor for our faith." In the time of the Beis HaMikdash, during this post-Shemittah year, the people—men, women, and children (even very small children)—were gathered in the Beis HaMikdash to hear selected passages from the Torah read by the king. This was to be done at the first opportunity in that year when they could be gathered (Sukkos—when Jews would come to Jerusalem).
And although since the destruction of the Beis HaMikdash this mitzvah of Hakhel is not practiced until it will be rebuilt speedily in our days—the Torah and mitzvos are eternal; thus even those mitzvos practiced only during Temple times retain their spiritual content and special significance (at their designated time) in all times and places. This must be expressed by fulfilling them in an appropriate manner (such as prayers at times corresponding to when sacrifices were brought).
* * *
The mitzvah of Hakhel had two points which superficially seem contradictory: On one hand it required "Hakhel es ha'am ha'anashim ve'hanashim ve'hataf ve'gercha asher bish'arecha" (gather together the people—men, women, children, and converts at your gates)—a gathering from highest to lowest among Jews—showing that everyone has a connection regardless of their status. On the other hand, it required reading selected Torah passages before them by the highest among Jews—the king.
One explanation: Torah must enliven every Jew—men, women, children, converts—with no exception; it must permeate each person entirely—in fullest measure and detail—until all senses and feelings are infused with Torah and mitzvos—with G‑dliness. And to achieve this most deeply and completely at that time Torah was read by the king whose "awe is upon you," awakening awe and acceptance-of-the-yoke that nullifies one's ego before authority.
* * *
The meaning and instruction from Hakhel for each one of us is that we must utilize these awakening days of Tishrei to gather Jews—men, women, children—even very small children—in a holy place with a holy atmosphere. Use this gathering for its foundational purpose: "Lema'an yishme'u u'lma'an yilmedu veyir'u es Hashem Elokeichem veshomru la'asos es kol divrei haTorah hazos" (so they will hear, learn, fear Hashem your G‑d, and observe all words of this Torah)—so they will hear, learn, have awe before Hashem above, and keep all words of Torah.
This is especially incumbent on anyone who is a "king," a leader in his environment—a rabbi in his community; an educator in his class; a father in his family—to make heard words of Torah and mitzvos within his circle with strength and seriousness so as to create deep impression and lasting influence on listeners—not only felt during Tishrei or throughout this year but throughout all seven years until next Hakhel; an influence expressed daily through conduct according to Torah with awe of Heaven—and together with this—with joy and gladness.
* * *
May it be Hashem's will—that He whom Jews crown on Rosh Hashanah as King over Israel—and King over all earth—should grant each person success in carrying out all above fully. This will also bring closer—and hasten—the time when we will fulfill Hakhel with all its details in the Beis HaMikdash with Moshiach Tzidkeinu speedily now.
Summary
The Rebbe teaches that even though some mitzvos like Hakhel are not currently practiced physically due to exile, their spiritual message remains relevant. We should gather fellow Jews for inspiration in Torah observance with unity—a task especially incumbent on community leaders—and do so with joy.