ב"ה, טו"ב בשבט, ה'תשכ"ה
ברוקלין, נ.י.
צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
די תורה הקדושה, וואס איז א נצחיות'דיגע, אנטהאלט אנווייזונגען אין צוזאמענהאנג מיט אלע געשעענישן, אין אלע צייטן; ספעציעל א געשעעניש וואס איז דירעקט פארבונדן מיט תורה, ווי די יערלעכע פייערונג פון דער צענטראלער ישיבה "תומכי תמימים" ליובאוויטש.
די פייערונג קומט היי-יאר פאר אין דעם טאג ווען מען הויבט אן צו לייענען די פרשה משפטים ("געזעצן"), וועלכע הויבט זיך אן מיט די געזעצן פון בין אדם לחברו, צווישן מענטש און מענטש. אבער די פרשה משפטים קומט באלד נאך פרשת יתרו, די סדרה פון מתן תורה, מיט די עשרת הדברות, וועלכע הויבן זיך אן מיט אנכי ה' אלקיך; און די סדרה ענדיגט זיך מיט אן ענין פון מזבח, וואס האט צו טאן מיט בין אדם למקום - אין די ראמען פון פליכטן פון מענטש צו ג-ט. און ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה באמערקן אויף דעם: "דערפאר קומט די פרשה פון דינים באלד נאך דער פרשה פון מזבח, כדי צו ווייזן, אז די סנהדרין דארפן זיין נאענט צום מקדש (מזבח)".
אין דאס אויבנדערמאנטע ווערט אונטערשטראכן, אין פארשידענע און טיפזיניגע אופנים, דער גרונט-געדאנק, אז -
ווען עס קומט צו דער פראגע פון איינשטעלן גוטע און יושר'דיגע באציאונגען צווישן מענטש און מענטש און צווישן פאלק און פאלק, איז ווייט ניט גענוג צו פארלאזן זיך אויף "איינגעבארענע" געפילן פון יושר און גערעכטיקייט; ווי די ביטערע דערפארונג האט דאס ליידער אפט באשטעטיגט.
בלויז דאן קען עטיק און יושר האבן א קיום אין טאג-טעגלעכן צוזאמענלעבן פון מענטשן און פעלקער - אויב די עטישע און מאראלישע געזעצן שטיצן זיך אויף איבער - מענטשלעכע יסודות, ד.ה. אויף דעם יסוד פון קדושה וואס איז פארבונדן מיט דעם באשעפער פון דער וועלט, וועלכער איז אויך דער באשעפער פונם מענטשן.
ווייל בלויז דער באשעפער אליין ווייס גרינטלעך די מענטשלעכע נאטור, מיט אלע אירע שוואכקייטן; דעריבער האט בלויז דער באשעפער געקענט שאפן די אמת'ע און דויערהאפטע עטישע און מאראלישע געזעצן פאר דער מענטשהייט, פאר דעם יחיד ווי פאר דעם כלל; און די דאזיגע ג-טלעכע געזעצן זיינען פארפליכטענד אויף אלעמען אן אויסנאם, אומעטום און אין אלע צייטן.
אין ליכט פון דאס אויבנגעזאגטע, קען מען בעסער אפשאצן די
לעבנסנויטווענדיקייט פון ישיבות בכלל, און ליובאוויטשער ישיבות בפרט.
פארביי איז די צייט, ווען מען האט געמיינט, אז צו פארטיפן זיך אין גמרא, מוסר און חסידות איז א נויטווענדיקייט פאר א רב, א שוחט, אד"ג, אבער דער דורכשניטלעכער איד, דער "בעל-הבית", דארף דאס ניט האבן. אין דער איצטיגער צייט, און איצטיגער סביבה, איז געווארן גאנץ קלאר, אז צו פארטיפן זיך אין תורה און אנזאפן זיך מיט דער יראת-שמים-אטמאספערע פון דער ישיבה איז א לעבנסנויטווענדיקייט פאר יעדן אידן, אויב מען וויל זיין א גאנצער איד, גאנץ אין בין אדם למקום און אין בין אדם לחברו, און קענען דערפילן אין דער פולסטער מאס די נשמה-שליחות וואס די השגחה עליונה האט אויף יעדן איינעם ארויפגעלעגט.
און אין דער צייכנען זיך טאקע אויס די ליובאוויטשער ישיבות, וואו די תלמידים "תמימים" ווערן דערצויגן צו א גאנצקייט אין ביידע דערמאנטע ריכטונגען, בא וועמען אהבת-השם און אהבת-התורה גייט צוזאמען מיט אהבת-ישראל און קומען צום פולסטן אויסדרוק אין טאג-טעגלעכן לעבן.
איך שיק מיין ברכה און באגריסונג צו אלע חשובע געסט און אנטיילנעמער אין דער יערלעכער פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי-תמימים" ליובאוויטש, און האף אז יעדער איינער און איינע וועלן ביישטייערן זייער פולן חלק צום דערפאלג פון דער אונטערנעמונג, סיי אין מאטעריעלן און סיי אין גייסטיגען זין.
בכבוד ובברכה להצלחה רבה בכל האמור.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 314 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.
חכמים... באמערקן: ראה גם לקמן אגרת ח'תתקמב, ובהנסמן בהערות שם.
דער גרונט געדאנק: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'שלח, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'תתקמב. ח'תתקסט. ובכ"מ.
B"H, Tu B'Shevat, 5725.
Brooklyn, NY.
To all participants in the annual celebration of Merkaz HaYeshivos Tomchei Temimim Lubavitch, may Hashem be upon them for life.
Shalom u'Vrachah!
The holy Torah, which is eternal, contains guidance relevant to all events and all times; especially an event directly connected to Torah, such as the annual celebration of the central yeshiva "Tomchei Temimim" Lubavitch.
This celebration takes place this year on the day when we begin reading Parshas Mishpatim ("Laws"), which starts with laws between man and his fellow. However, Parshas Mishpatim comes immediately after Parshas Yisro—the section about Matan Torah with the Ten Commandments—which begins with "Anochi Hashem Elokecha" (I am Hashem your G‑d); and this section ends with a topic about the altar (mizbeach), relating to obligations between man and G‑d. As our Sages note: "Therefore the section about laws comes right after the section about the altar, to show that the Sanhedrin should be close to the Temple (altar)."
In all of this is emphasized—in various and profound ways—the fundamental idea that when it comes to establishing good and just relationships between people or nations, it is not enough to rely on "innate" feelings of justice and fairness; bitter experience has unfortunately often confirmed this. Only when ethical and moral laws are based on supra-human foundations—that is, on holiness connected to the Creator of the world, Who is also man's Creator—can ethics and justice endure in daily human and societal life. Only the Creator truly knows human nature with all its weaknesses; therefore only He could create true and lasting ethical and moral laws for humanity—both for individuals and for society as a whole; these Divine laws are binding on everyone without exception, everywhere and at all times.
In light of what was said above, one can better appreciate how essential yeshivos are in general—and Lubavitcher yeshivos in particular. Gone are the days when it was thought that delving into Gemara, Mussar, or Chassidus was necessary only for a rabbi or shochet; nowadays it is clear that immersing oneself in Torah and absorbing the atmosphere of awe of Heaven found in yeshiva is essential for every Jew who wants to be complete—in both their relationship with G‑d and with others—and fulfill their soul's mission placed upon them by Divine Providence.
This is what distinguishes Lubavitcher yeshivos: here students—the "Temimim"—are educated toward completeness in both aforementioned directions; for them Ahavas Hashem (love of G‑d) and Ahavas HaTorah (love of Torah) go hand-in-hand with Ahavas Yisrael (love of fellow Jews), coming to full expression in daily life.
I send my blessing and greeting to all esteemed guests and participants at this annual celebration of Merkaz HaYeshivos "Tomchei Temimim" Lubavitch, hoping that each one will contribute their full share to its success—both materially and spiritually.
With honor and blessing for great success in all mentioned above.
Summary
The letter teaches that lasting ethics must be rooted in Divine law rather than human instinct alone. Yeshiva education—especially as embodied by Lubavitch—is vital for every Jew’s spiritual mission, fostering both love for G‑d and love for others in daily life.