8800 —שיעורי פסח, גאולה פרטית וגאולה כללית

Pesach's Dual Lessons: Individual and Collective Redemption

ב"ה, יא ניסן ה'תשכ"ד ברוקלין, נ.י.
The letter explores Pesach's unique teachings, emphasizing both what to do and what to avoid. It highlights the importance of focusing on personal and family growth as the foundation for communal redemption, especially for leaders, drawing a parallel between individual and collective geulah.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, יא ניסן ה'תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

יעדער יום-טוב האט זיין אייגנארטיקן אינהאלט און זיינע ספעציעלע אנווייזונגען, וועלכע דארפן קומען צום אויסדרוק ניט נאר אין די טעג ווען דער יום טוב ווערט געפייערט, נאר אין אלע טעג פון א גאנץ יאהר.

די אפלערנונג פון יעדן יום טוב איז א צווייפאכיקע: אין דעם קו (ריכטונג) פון ועשה טוב - וואס מען דארף טאן; און אין דעם קו פון סור מרע - וואס מען דארף אויסמיידן. און פיל מאהל, איז די צווייטע טייל נאך וויכטיקער, ווארום אויב מען איז ניט אויסגעהיט פון דאס אומגעוואונשענע, קען פאסירן אז דאס גוטע און פאזיטיווע זאל אויך אויסגענוצט ווערן אין א נעגאטיווער ריכטונג.

דאס אויבנגעזאגטע איז באזונדערס וויכטיק אין צוזאמענהאנג מיט דעם ערשטן פון צווישן די ימים טובים - פסח, דער יום טוב פון יציאת מצרים, וועלכער פארנעמט אזא צענטראלן ארט אין אידישן לעבן, ביז אז די תורה האט אנגעזאגט יעדער אידן צו געדענקען און דערמאנען יציאת מצרים אלע טאג, און יעדן טאג גופא - סיי באטאג און סיי באנאכט.

* * *

גאולת מצרים, דער אינהאלט פון יום טוב פסח - איז פארבונדן מיט דעם קרבן פסח.

גאולת מצרים איז געווען ניט נאר א גאולה פון אסך יחידים, פון זעקס הונדערט טויזענט ערו[ו]אקסענע מיט זייערע משפחות, נאר די גאולה האט זיך אנגעהייבן פון ראה ראיתי את עני עמי (איך האב געזען די פיין פון מיין פאלק) וואס דערפאר האט מען געפאדערט בא פרעה שלח את עמי (שיק ארויס מיין פאלק) און משה האט אויסגעפירט זיין שליחות והוצא את עמי בני ישראל ממצרים (נעם ארויס מיין פאלק, ישראל'ס קינדער, פון מצרים).

לויט דעם האט אייגענטלעך אויך באם קרבן פסח געדארפט אונטערשטראכן ווערן די נקודה (מאטיוו) פון עם בני ישראל, דעם גאנצן ציבור. פאקטיש אבער איז דער צוגאנג און אנזאג פונקט א פארקערטער. מען האט טאקע אנגעזאגט כל עדת ישראל, צו אלע אידן צוזאמען ווי זיי זיינען איין עדה, אבער דער אנזאג איז געווען: יעדע הויז מוז האבן איר אייגענעם קרבן פסח; יעדערער האט געדארפט פריער אויסגעטיילט ווערן, געציילט ווערן צו דעם קרבן פסח; יעדערער האט געמוזט זיין די גאנצע צייט פון עסן דעם קרבן אין זיין באשטימטער הויז אדער חבורה (קאמפאני).

דערמיט לערנט אונז די תורה, אז דער וועג צו אויפטאן, אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אויפטאן פאר דעם כלל און אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן דער גאולה פון דעם כלל, איז אפילו ווען די ווענדונג דארף זיין צום כלל, מוז אבער דער אינהאלט זיין אז יעדער איינער מוז צום אלעם ערשטן זיך קאנצענטרירן אויף זיך און זיינע בני בית און זיין גאר נאענטן קרייז, און אויך דא - זיך קאנצענטרירן ניט אויף אלגעמיינע באטראכטונגען און כללות'דיגע באשלוסן, נאר אפגעבן זיין הויפט אויפמערקזאמקייט און ענערגיע אויף דורכפירן אין טאג טעגליכן לעבן די איינצעלנע "קליינע" באשלוסן וואס דוקא דאס בריינגט, סוף סוף, די גאולה פון דעם יחיד און די גאולה פון דעם כלל.

באזונדערס וויכטיק איז די דאזיקע הוראה פאר מנהיגים און פירער פון גרופן און באוועגונגען, און ספעציעל פאר די וועלכע דארפן זיין גייסטיקע פירער אין זייערע קהילות. צו אפט איז מען פארקאכט אין "וועלט פראבלעמען", אין "גרויסע ענינים", און נאר פון צייט צו צייט, אדער גאר זעלטן אז מען הערט א פירער פארנעמען זיך מיט די "געוויינלעכע קליינע" פראבלעמען פון טאג טעגליכן לעבן, וועלכע רירן דירעקט אן זיינע קהילה-מיטגלידער.

וואס מער פראמינענט א פירער איז, אלץ מער "דארף" ער ריידן צו דער גאנצער מענטשהייט; און אויב ער האט א גוטן כח הדמיון, שטעלט ער זיך פאר אז ער רעדט אויך צו די צוקונפטיקע דורות. אויב ער איז באשאנקען מיט אראטארישע פייאיקייטן, האלט ער פאר זיין פליכט אויפצוטרייסלען דעם "וועלט געוויסן" מיט פייערדיקע ווערטער, וועלכע געפינען אן אפקלאנג אין דער פרעסע, אזוי אז ער ווערט אויך א פירער פון פירער און ווארט-זאגער וועלכע זיינען מקנא "זיין פרעסע" און זוכן אים נאכצוטאן און אריבערשטייגן.

ניט זעלטן ווערט דער "געפירטער" צוהערער מיטגעשלעפט, און צוזאמען מיט דעם פירער באשליסט מען וואס די פארשידענע רעגירונגן דארפ'ן טאן, ווי די מענטשהייט אין אלגעמיין דארף זיך פירן, און ווי מען זאל גליקלעך מאכן אלע צוקונפטיקע דורות; און "זעלבסטפארשטענדליך" אז נאך אזוינע "וועלט באשלוסן" האט קיין ארט ניט "אראפלאזן זיך" און מאכן א געוואלד געשריי וועגן דעם גרויסן פראצענט קינדער וואס די "געפירטע" ערציען זיי אזוי אז בשום אופן קען מען זיי ניט אריין נעמען אין דער קאטאגאריע פון דעם בן חכם פון דער הגדה, אפילו ניט וועגן די קינדער וואס באקומען א מער "פארגעשריטענע ערציאונג" און זיי זיינען א פינפטער בן וואס איז בכלל ניטא באם סדר.

און זיינען טאקע די פירער זיכער, אז יעדערער פון די "געפירטע" עלטערן איז יא באם סדר?

* * *

ווי דאס איז אין כלל, אזוי אויך אין פרט: יעדער מענש באשטייט פון א "פירער" - (די קאפ און הארץ, שכל און געפיל) - און "געפירטע" - (די איברים). און דא אויך קומט אפט פאר דאס זעלבע ווי אויבנדערמאנט: מען נעמט אן אלגעמיינע כללות'דיקע באשלוסן וועגן דעם גאנצען עולם (קטן - דעם מענטש): מען וועט זיין גוט און פרום צום אויבערשטן און צו לייטן, גלייך באם אויפחאפן זיך פון שלאף איז ער מודה אז דער אויבערשטער גיט אין עם אריין די נשמה וואס באלעבט עם; שוין בא דער ערשטער ברכה ווייס ער אז דער אויבערשטער איז מלך העולם - דער פולער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט; גאנץ פרי פארן דאוונען נעמט ער אן אף זיך די מצות עשה "ואהבת לרעך כמוך" (זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי זיך אליין) -

אז עס קומט אבער צו פרטים און "קלייניקייטן" ווי ניט "שלינגן" די ווערטער אין דאוונען בכלל און אין קריאת שמע בפרט, אריינטראכטן זיך אין דעם אויבערשטן'ס גרויסקייט און, להבדיל, אין דער קליינקייט פון דעם מענשן (ניט אויסשליסענדיק זיך אליין) פאר יעדער "שמונה עשרה" יעדן טאג - פעלט עם אויס צייט און געדולד; אויסהיטן זיך פון השגת גבול דורך אפציען א קונה פון א צווייטן - האט ער מורא אז דורכדעם וועט פעלן אין דער פרנסה וואס... דער אויבערטשער גיט עם. און אז עס קומט פאר פסח און ער דארף ארויסהעלפן א פשוט'ן ארעמאן מיט מעות

חטים - שטעלט ער זיך פאר די הערליכקייט פון יציאת מצרים און באשליסט אז אזוי ווי דאמאלס - מוז בא עם און זיינע בני בית זיין כלי כסף וכלי זהב ושמלות (זילבערנע כלים, גאלדענע כלים און קליידער), איז וואס בלייבט שוין פאר מעות חטים.

* * *

ויהי רצון - דער אויבערשטער זאל בענשן און מצליח זיין, אז יעדער איינער און איינע זאלן זיך אפלערנען פון די דערמאנטע, און אלע אנדערע, דרינגענדע אנווייזונגען פון דעם יום טוב פון זמן חירותנו (אונזער באפרייאונג), און פונקט ווי בשעת יציאת מצרים איז די גאולה פון דעם כלל געקומען אלס פועל יוצא פון דער גאולה פון דעם פרט, זאל דאס אזוי אויך זיין היינט,

אז יעדער אידישער יחיד און יעדע אידישע משפחה, זאל זייער טאג טעגליכע הנהגה - ביז אין די קלענסטע איינצעלהייטן - זיין א תורה הנהגה אן שום פשרות און אן פארוואסערונג, און דאס וועט ברענגען די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, עס וועט מקויים ווערן - כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.

בברכה לחג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תרא (הוצאת תשנ"א).

הוראת פאר מנהיגים: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תרעט.

אין אלע טעג: הארת כל המועדים מאירה בכל יום (שיחת חה"פ, ה'תש"ג).

דאס גוטע כו' זאל אויך כו': להעיר ממחז"ל לא זכה נעשית (תורתו) לו סם כו' (יומא עב, ב). וראה הל' ת"ת לרבנו הזקן פ"ד ס"ג.

דעם ערשטן: ר"ה פ"א מ"א. וע"פ דיוק הלשון שהוא ראש לרגלים (ולא "תחלה") מובן שהוא ראשון גם בחשיבות.

תורה האט אנגעזאגט: ועד שזהו מ"ע מן התורה (רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג. שו"ע אדה"ז או"ח ר"ס סז).

יום טוב פסח: שכן נקרא בתושבע"פ. וע"פ פי' ת"י - גם בתושב"כ (שמות לד, כה).

ראה.. שלח.. והוצא.. כל עדת: שמות ג, ז. ה, א. ג, י. יב, ג.

הויז אדער חבורה: פסחים פו, א.

יעדער מענש באשטייט: זח"ב קנג, א. וראה שיחת שמח"ת תרס"ט (ס' השיחות תורת שלום ע' 120 ואילך).

נעמט און אלגעמיינע: עד"ז ג"כ בענין התבוננות - ראה ש' היחוד פ"ד. קונטרס העבודה פ"ו.

עולם (קטן: האדם (תנחומא פקודי ג).

באם אויפחאפן: מיד שניעור (שו"ע אדה"ז רס"א. בסידורו).

פארן דאוונען: פרי ע"ח ש"ה פ"א. וראה סידור רבנו הזקן (קודם מה טובו).

פאר יעדער: שו"ע או"ח ר"ס צח.

גאולה פון דעם כלל כו' דעם פרט: הדברים שבזכותם נגאלו ממצרים (מכילתא בא.

ויק"ר פל"ב, ה. ועוד) עניני הפרט הם. וכן בדמייך חיי בדמייך חיי - שהם דם מילה ודם פסח (שמות רבה פי"ז, ג).

B"H, 11 Nissan 5724.

Brooklyn, NY.

To the sons and daughters of Israel in every place—may Hashem be upon you for life.

Shalom u'Vrachah!

Every Yom Tov has its unique content and special instructions, which must be expressed not only during the days when the festival is celebrated but throughout all days of the year. The lesson from each Yom Tov is twofold: in the direction of 'aseh tov' (do good)—what one must do; and in the direction of 'sur me'ra' (turn from evil)—what one must avoid. Often, the second part is even more important, because if one is not protected from undesirable things, it can happen that even good and positive things are used in a negative way.

The above is especially important regarding the first of all Yamim Tovim—Pesach, the festival of Yetziat Mitzrayim (the Exodus), which occupies such a central place in Jewish life that Torah commands every Jew to remember and mention Yetziat Mitzrayim every day—both by day and by night.

* * *

The redemption from Egypt—the essence of Pesach—is connected with the Korban Pesach. The redemption was not just for many individuals—600,000 adults with their families—but began with Ra'oh Ra'iti Es Oni Ami ("I have seen the affliction of My people") which led to Pharaoh being told Shalach Es Ami ("Send out My people") and Moshe fulfilling his mission VeHotzeisi Es Ami Bnei Yisrael MiMitzrayim ("Bring out My people, Israel's children, from Egypt"). According to this, the Korban Pesach should have emphasized the point (motive) of Am Bnei Yisrael—the entire community. In practice, however, the approach was exactly opposite: though it was commanded to Kol Adas Yisrael—to all Jews together as one congregation—the instruction was that each household must have its own Korban Pesach; everyone had to be assigned and counted for that specific offering; everyone had to remain during its consumption in their designated house or group (chaburah).

Through this, Torah teaches us that even when accomplishing something for the community—even redemption for all—the focus must first be on oneself and one's household and closest circle. Even here—not on generalities or broad decisions but on carrying out in daily life those "small" individual resolutions which ultimately bring redemption both for the individual and for the community.

This lesson is especially important for leaders of groups or movements—and particularly those who are spiritual leaders in their communities. Too often people get caught up in "world problems," "big issues," and only rarely does one hear a leader deal with "ordinary small" daily-life problems directly affecting his community members. The more prominent a leader is, the more he feels he "must" speak to all humanity; if he has a vivid imagination he pictures himself addressing future generations too. If gifted with oratory skills he feels obliged to stir up "world conscience" with fiery words echoed by the press—becoming a leader of leaders whose words others envy and seek to imitate or surpass.

Not infrequently, those being led are swept along—and together with their leader decide what various governments should do, how humanity should behave generally, how to make future generations happy; "naturally," after such "world decisions," there is no room left to "descend" and raise an outcry about the large percentage of children whom these "led" parents educate so that they cannot even be classified as a wise son at the Seder—or even about children who receive more "advanced education" yet are like a fifth son who isn't present at all at the Seder. Are these leaders certain that every one of their followers is actually at their own Seder?

* * *

Just as this applies generally so too individually: every person consists of a "leader"—(the head and heart: intellect and emotion)—and "those being led"—(the limbs). Here too it often happens as above: one makes general resolutions about one's whole world (the small world—that is man): he will be good and pious toward Hashem and others; upon awakening he acknowledges Hashem giving him his soul; already at his first blessing he knows Hashem is Melech HaOlam—the true Master of all creation; early before davening he accepts upon himself the mitzvah of VeAhavta L'Rei'acha Kamocha (love your fellow as yourself). But when it comes to details—the "small things," like not rushing through words during davening generally or Shema specifically; contemplating Hashem's greatness—and conversely man's smallness (including oneself)—before each Shemoneh Esrei daily—he lacks time or patience. Guarding against encroaching on another's livelihood by taking away a customer—he fears this will harm his own parnassah which... Hashem gives him anyway! When Pesach comes and he needs to help a simple poor person with maos chitim—he imagines instead the grandeur of Yetziat Mitzrayim and decides that just as then he and his family had silver vessels, gold vessels, garments—so what's left for maos chitim?

* * *

May it be G‑d's will—that Hashem blesses and grants success so that everyone learns from these mentioned—and other urgent instructions—from this Yom Tov of Zman Cheiruseinu (our season of freedom). Just as at Yetziat Mitzrayim communal redemption came as an outcome of individual redemption—so may it be now: every Jewish individual and family should conduct their daily lives—even down to smallest details—in accordance with Torah without compromise or dilution. This will bring about true complete geulah through Moshiach Tzidkeinu—it will be fulfilled: KiMei Tzeischa MeEretz Mitzrayim Arenu Niflaos ("As in the days when you left Egypt I will show you wonders").


Summary

This letter teaches that true communal redemption begins with personal responsibility—by focusing on our own actions within our homes and communities we pave the way for collective geulah. Leaders especially must not neglect everyday needs while addressing broader issues.

Leave Feedback