Letter # 879

None

879- כ״ה טבת, מו״ה יצחק כ״ץ תרומתו לקרן המוסדות באפריקה הצפונית

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ה טבת, ה'תשי"א

ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק שי' הכהן[1]

שלום וברכה!

דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ מומ"ב וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן איז ערהאלטן געווארן אייער טשעק אויף צדקה לדעתי, און בייליגענד איז די קבלה.

ווי איך הער פון אייער ברודער שי' האט איר מיט א קורצע צייט צוריק געעפנט א דריי ג[ו]דס סטאר אין מיאמי. וויל איך אייך ווינטשן הצלחה אין אייער נייער אונטערנעמונג, עס זאל זיין א מקור פאר פרנסה בהרחבה בגשמיות וברוחניות.

אייער ביישטייערונג איז אנגעווענדעט געווארן פאר דער ארבעט וועלכע מיר פירן בעזהשי"ת אן אין אפריקע, וואו מיר האבן ב"ה געגרינדעט א ריי חינוך מוסדות - בית מדרש למורים, א ישיבה, א ישיבה קטנה, א תלמוד תורה פאר אינגלעך, א תלמוד תורה פאר מיידלעך וכו' - אלע אויפ'ן נאמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ - "אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש". די ארבעט אנטוויקלט זיך און פארגרעסערט זיך ב"ה וואס פון טאג, און מען קען זען ב"ה די הצלחה יתרה וואס דעם רבי'נס האנט פירט מיט זיי אן. און זיכער וועלן אלע משתתפים אין דער הייליקער ארבעט געבענטשט ווערן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בהצלחה טובה בגשמיות וברוחניות.

איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות פון צייט צו צייט.

בברכה,

מנחם שניאורסאהן

  1. 1 כ"ץ