ב"ה
, מוצאי שבת-קודש ח"י אלול, ה'תשל"ג — ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין דער צייט פון צוגרייטונג צו ראש השנה -
דעם טאָג ווען אדם הראשון איז באַשאַפן
געוואָרן
, וואָס דערמיט איז די גאַנצע בריאה (באַשאַף) פאַרענדיקט און פאַרפולקאָמט געוואָרן;
דעם טאָג וואָס איז דער אָנהייב
און "קאָפּ"
פון דעם גאַנצן יאָר, וואָס דאָס מיינט דאָך, אַז ראש השנה לערנט און גיט אָנווייזונגען און ריכטונג פאַר אַלע טעג פונם יאָר -
וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איין לימוד און הוראה - און דאָס איז וועגן דעם צענטראַלן אָרט וואָס דער מענטש פאַרנעמט אַלס
"קרוין"
פון דער גאַנצער בריאה, און אַז פון עם איז אָפּהענגיק די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, ווי אויבן דערמאָנט.
***
ראש השנה לערנט און דערמאָנט יעדן וועגן די
אונגעהויערע
כחות וועלכע זיינען אין עם אַריינגעלייגט געוואָרן, כחות וועלכע געבן עם די מעגליכקייט ניט נאָר בריינגען זיך צו דער פולסטער שלימות, נאָר אויך ווירקן און אָנפירען, איבערמאַכן אויב נייטיג - די וועלט אַרום זיך,
וואס צוזאַמען דערמיט קומט אויך די געוואַלדיקע אחריות
ניט אונטערשאַצן די כחות
וואָס מ'האָט אים געגעבן און אויסניצן זיי אין דער פולסטער מאָס בנוגע זיך און בנוגע דער וועלט אַרום זיך.
שוין דאָס אַליין וואָס ראש השנה און דער טאָג פון משפט פון דער גאַנצער בריאה איז באַשטימט געוואָרען ניט אין דעם ערשטן טאָג פון דער בריאה ווען
אַלעס
איז באַשאַפן געוואָרן מאין ליש נאָר אין דעם טאָג ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרען, באַווייזט אַז אין עם היינגט אָפּ דער משפט פון דער גאַנצער בריאה,
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז מען האָט אים געגעבן די כחות אויף ווירקען און
אָנפירען
מיט דער בריאה.
דאָס אַלעס ווערט קלאָר אַרויסגעבראַכט און נאָכמער אונטערשטראָכען דורך חכמינו זכרונם לברכה אין זייער דערציילונג (וועלכע איז אַ חלק פון תורה - אַ הוראה) וועגן דעם ערשטן מענטשן - אדם הראשון - אין דעם ערשטן ראש השנה, דעם טאָג פון זיין באַשאַפונג: באַלד ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרען האָט ער זיך אַרום געקוקט און אַריינגעטראַכט אין דער בריאה און דערקענט אַז דאָס איז
מעשיך הוי'
- די באַשאַפונג פון דעם אויבערשטן און גלייך נאָכדעם גערופן (און אויפגעטאָן אין אַלע באַשעפענישן) בואו אני ואתם נלך . . ונמליך עלינו מי שבראנו (קומט איך און איר וועלן גיין . . און אויפנעמען אויף זיך אַלס קעניג דעם וואָס האָט אונז באַשאַפן). דאָס מיינט אַז גלייך באַ זיין באַשאַפונג איז דעם מענטשן געגעבן געוואָרען דער אומגעהויערער כוח צו דערהייבן זיך און די גאַנצע באַשאַפונג צו דער העכסטער מדריגה פון שלימות - צו פאַרבינדן זיך מיט דעם באַשעפער, דורך דער אַנערקענונג אַז דער אויבערשטער איז
באַשעפער
און דער
מלך העולם
, דער קעניג פון דער וועלט; אַן אַנערקענונג וואָס דריקט זיך באַלד אויס אין אַן עיקר'דיקען און קאָנקרעטן אופן.
און ווי ערקלערט אין מערערע ערטער בתורתנו - איז לויט דעם באַשאַף פון אדם הראשון און די פרטים אין דעם - אַזוי איז אויך באַ יעדער אידן.
***
פון דאָס אויבנגעזאָגטע פאָלגט אַ העכסט וויכטיגער פּונקט, וואָס איז אייגענטליך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אָבער מוז אונטערשטראָכן ווערן, ספּעציעל אין דער היינטיקער צייט, און דאָס איז, אַז די דערמאָנטע אויפפּאַסונג בכלל, און די פאָלגלעכע אויספירונג דערפון וועגן די גאָר גרויסע זכות און אחריות, איז דאָס ניט אַ "פּריוואַטער" ענין וואָס איז נוגע דעם יחיד אַליין. וואָרום, ווי געזאָגט, איז די אויפגאַבע פון
יעדן
יחיד ניט נאָר זיך אַליין צו דערהויבן צו דער נויטיגער הויך, נאָר צו דערהויבן אויך דעם גאַנצען אַרום, ביז צו פאַרווירקלעכן די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, וואָס צוליב דעם איז ער באַשאַפן געוואָרן און מען האָט אים געגעבן אונגעהויערע כחות.
און בנוגע דעם אויסרייד אַז ווירקען און אויפטאָן אין דעם אַרום קען דאָך געטאָן ווערן דורך אַנדערע און אויסנוצן זיינע כחות איז דאָך נאָר זיינער אַ פּריוואַטער ענין - דערציילט תורה אַז אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן יחידי (אַן איינציגער) כדי אָנצוזאָגן אַז יעדער איינער איז ווי (אדם הראשון אַן איינציגער, ער איז) די גאַנצע וועלט -
איז דערפון אויך פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי ווי אדם הראשון האָט ניט געהאַט וועמען איבערצוגעבן זיין שליחות אויפטאָן אין דער וועלט דעם "בואו ונמליך עלינו מי שבראנו" - אַזוי אויכעט בנוגע יעדערן אין זיין שליחות.
און אַז מ'קומט צו דער אַנערקענונג פון דער דאָזיגער אחריות און זכות, ווערן נישטיק קליין, די אַלע שטערונגען און שוועריקייטן וועלכע מ'באַגעגנט אין וועג. וואָרום בשעת מ'באַטראַכט זיך ווי ווייט עס איז נוגע יעדע פעולה פון יעדן יחיד, ניט נאָר פאַר זיך אַליין, נאָר פאַר דעם גאַנצן כלל, ביז צום גאַנצן ענד-ציל פון דער בריאה - איז וואָס פאַר אַ באַטרעף האָבן אַלע שוועריקייטן לגבי דעם!
***
ווי פיל אַנדערע ענינים אין תורה, וועלכע ווערן אַרויסגעגעבן אין אַ גאָר קורצן לשון, ווערט אויך דאָס אויבענגעזאָגטע אַרויסגעבראַכט אין געציילטע ווערטער אין תורה שבכתב צוזאַמען מיט אַ קורצער דערקלערנוג אין תורה שבעל פה.
גלייך אויף דעם ערשטן פסוק אין דער תורה, וואָס שליסט איין אין זיך דעם גאַנצן באַשאַף:
בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ
- "אין אָנהייב האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם הימל (איינשליסענדיק אַלע הימלשע באַשעפענישן) און די ערד (איינשליסענדיק אַלע ערדישע באַשעפענישן)" - דערקלערט תורה שבעל פה, אַז דער ערשטער וואָרט
בראשית
אַנטהאַלט די אָנדייטונג:
בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית
- "צוליב דער תורה וואָס ווערט אָנגערופן
ראשית
און צוליב אידן וואָס ווערן אָנגערופן
ראשית
". דאָס מיינט צו זאָגן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן און ווערט שטענדיק באַנייט און באַלעבט און פאַרפולקאָמט דורכדעם וואָס אַ איד פירט זיך לויט דער תורה.
***
דאָס איז, ווי אויבענדערמאָנט, איינע פון די עיקר'דיקע אָנווייזונגען פון ראש השנה אַלס "קאָפּ" פון דעם גאַנצן יאר - אין דעם זין פון אָנפירן מיט אַלע טעג פון יאָר ווי דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע איברים פון גוף - אַז אַ איד דאַרף יעדן טאָג זיין דורכגעדרונגען מיט דעם באַוואוסטזיין, אַז זיין יעדע
מעשה
(טאַט), און אפילו
דיבור
(רייד), און אפילו
מחשבה
(געדאַנק), איז נוגע ניט נאָר זיך און דער נאָענטער סביבה, נאָר אויך דעם גאַנצן פאַרנעם פון דער וועלט, ביז צו די העכסטע עולמות. דערביי דאַרף ער אויך געדענקען, אַז אַלס
נצר מטעי מעשה ידי
-
"דער צווייג פון מיין פלאַנצונג, דאָס ווערק פון מיינע הענט", באַקומט ער די פולסטע מעגלעכקייט צו דערפילן זיין אויפגאַבע ווי זי איז געגעבן געוואָרן צו אדם הראשון,
יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא
(וועמען ג-ט האָט אויסגעפורמט מיט די אייגענע הענט, כביכול) - די אויפגאַבע צו ברענגען זיך און די וועלט אַרום צום תכלית פון זייער שלימות,
און באַקומט די מעגליכקייט ווי דער אויבערשטער גיט בכלל וביחוד אין דעם טאָג און אין דער צייט וואָס
וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד
(דער אויבערשטער האָט געזען אַלעס וואָס ער האָט באַשאַפן אַז עס איז גוט ביז גאָר) - פון זיין פולער אָפענער הייליגער און ברייטער האַנד.
בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
מנחם שניאורסאהן
ח"י אלול
: יום השייך בפרט לחשבון הנפש בנוגע לחדש תשרי העבר (ס' השיחות ה'תש"ג ע' 177).
פאַרפולקאָמט געוואָרען
: שהרי הי' גמר חלתו
של עולם
(ב"ר רפי"ד), דמו של עולם, נרו של עולם (ירוש' שבת פ"ב, ה"ו). יתרה מזה בחדא"ג מהרש"א (ר"ה כז, א): כאילו לא נברא שום דבר קודם בריאת אדם.
"קאָפּ" . . וואָס דאָס מיינט
: עטרת ראש בתחלתו.
אַלס "קרוין"
: קדם לכל מעשה בראשית, ראשון במעלה (ויק"ר ר"פ תזריע. בחיי שם). וראה לקו"ת רד"ה ביום השמיני שלח.
"קרוין" . . פון עם איז אָפּהענגיק
: ובכל זה אינו בא לגאווה כלל ואפילו לא להחזיק טובה לעצמו (גם כשמביא זה בפועל) "וכל גיא שוטה כי . . אין זה משלו כלל כו' (ואם מתגאה בזה ה"ה) עוד גרוע כו'" (קונטרס ומעין מט"ז בארוכה).
אונגעהויערע כחות
: להעיר מב"ר פכ"א. זח"ג מח, א. לקוטי לוי יצחק לזח"א לד, ב.
איבערמאַכען אויב נייטיג
: להעיר ממש"נ (בראשית א, כח) מלאו את הארץ וכבשוה ורדו גו'. לקו"ת אמור (לח, ב).
דער פולסטער מאָס
: ראה כתובות (סז, א): כדבעי לי' למיעבד.
טאָג פון משפט
: פסיקתא כג - הובאה ר"ן לר"ה פ"א מ"ג. ובפיוט ונתנה תוקף שזהו דין גם דצבא מרום. ובכתהאריז"ל בכוונות יום א' דר"ה (בס' הכוונות. פע"ח וכו').
אַלעס . . מאין ליש
: גם העפר ממנו נברא האדם.
אָנפירען מיט דער בריאה
: וי"ל שמרומז גם במש"נ: משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך (שכל ישראל מלכים ובני מלכים (זח"ב כו, ב. תקו"ז בהקדמה א, ב. שבת סז, א)) גו' וירד מים גו' עד אפסי ארץ (תהלים עב, א-ח).
זייער דערציילונג
: פדר"א פי"א. תנחומא פקודי ג. תקו"ז תנ"ו.
דערציילונג . . אַ הוראה
: ראה זח"ג (קנב, א): האי סיפור דאורייתא כו'.
מערערע ערטער
: סנה' לז, א. שם לח, א. תנחומא שם ועוד.
די פרטים
: אף שלא כולם. וי"ל דבפנימיות כולם ישנם בכאו"א כיון שהקב"ה טבע כל אדם בחותמו של אדה"ר. וע"ד דו פרצופין נברא (ברכות סא, א). וכאו"א דכר בלא נוקבא פלג גופא איקרי (זח"ג ז, ב).
דערציילט תורה
: סנה' שם. ועוד.
בראשית . . ראשית
: בראשית א, א. פרש"י שם.
איינשליסענדיק אַלע . . באַשעפענישען
: ב"ר פ"א, יד. ובזח"א (לא, ב) דמרמז לכל הע"ס.
שטענדיג באַנייט
: כי חידוש הבריאה הוא בכל יום תמיד וכתורת הבעש"ט (תניא ח"ב בתחלתו).
יעדע מעשה . . דער וועלט
: ראה רמב"ם הל' תשובה (פ"ג ה"ד): צריך
כל
אדם שיראה עצמו
כל השנה כולה
כו'.
ביז . . עולמות
: וכתורת הה"מ: דע מה למעלה ממך פי' דע כל מה שלמעלה הוא ממך (אור תורה קרוב לסופו). וראה ד"ה את ה' האמרת (אוה"ת תבוא. ס' המאמרים תר"ל. ועוד).
נצר . . ידי
: ישעי' (ס, כא). ובזח"א (לה, ב) דריש זה על אדם וחוה.
יציר כפיו
: קה"ר עה"פ ג, יא.
וירא . . מאד
: בראשית א, לא. ולהעיר מדרז"ל טוב מאד זה אדם (ב"ר פ"ח, ה).
פולער . . ברייטער
: כן הוא ברוב הנוסחאות דברכה ג' דברהמ"ז.
B"H, Motzaei Shabbat Kodesh, 18 Elul, 5733.
Brooklyn, NY.
Shalom u'Vrachah!
In this time of preparation for Rosh Hashanah—the day when Adam HaRishon was created, which completed and perfected all of creation; the day that is the beginning and head of the entire year, meaning that Rosh Hashanah teaches and gives direction for all days of the year—I wish to pause here on one lesson and instruction: about the central place man occupies as the crown of all creation, and that from him depends the perfection of all creation, as mentioned above.
Rosh Hashanah teaches and reminds everyone about the incredible powers instilled within him—powers that give him not only the ability to bring himself to full perfection but also to influence and lead, even transform if necessary—the world around him. Along with this comes a tremendous responsibility not to underestimate these powers given to him and to utilize them fully regarding himself and his surroundings. The very fact that Rosh Hashanah—the day of judgment for all creation—was set not on the first day of creation when everything was created ex nihilo but on the day man was created proves that upon him depends the judgment of all creation. From this it is understood that he was given powers to affect and lead creation.
All this is clearly brought out and further emphasized by our Sages in their account (which is part of Torah—a teaching) about the first man—Adam HaRishon—on his first Rosh Hashanah, the day of his creation: Immediately upon being created, Adam looked around at creation and recognized that it is Ma'aseh Hashem—the work of the Creator—and right after called out (and influenced all creations): "Bo'u ani v'atem nelech... v'namlich aleinu mi shebaranu" (Come, I and you will go... and accept as King over us He who created us). This means that immediately upon his creation man was given an incredible power—to elevate himself and all creation to its highest level of perfection—to connect with the Creator through recognizing Him as Creator and King of the world; a recognition expressed immediately in a fundamental and concrete way. As explained in many places in our Torah—so too with every Jew.
From what was said above follows a most important point—which is actually self-evident but must be emphasized especially in our times—and that is: This aforementioned awareness in general, and its practical application regarding one's great merit and responsibility, is not a private matter relevant only to oneself. For as said above, each person's task is not only to elevate himself but also his entire surroundings until realizing the perfection of all creation—for which he was created and given incredible powers. Regarding any excuse that influencing one's surroundings can be done by others or using one's powers is just a private matter—the Torah tells us Adam HaRishon was created alone (a single individual) to teach that everyone is like Adam HaRishon—a single individual; he is an entire world. From this it is understood that just as Adam had no one else to pass on his mission—to bring about "Bo'u v'namlich aleinu mi shebaranu"—so too with each person in his mission. And when one recognizes this responsibility and merit—all obstacles and difficulties encountered along the way become insignificant. For when one contemplates how much every action by every individual matters—not only for oneself but for everyone up to the ultimate purpose of creation—what significance do any difficulties have compared to this!
Like many other matters in Torah expressed in very brief language, so too what was said above is brought out in a few words in Torah Shebichtav together with a brief explanation in Torah Sheba'al Peh. Immediately on the first verse in Torah—which includes within itself all of creation: "Bereishit bara Elokim et hashamayim ve'et haaretz" (In the beginning G‑d created heaven—including all heavenly creations—and earth—including all earthly creations)—Torah Sheba'al Peh explains that "Bereishit" contains an indication: "Bishvil haTorah shenikret reishit u'bishvil Yisrael shenikre'u reishit" (for Torah which is called 'beginning' and for Israel who are called 'beginning'). This means: The whole world was created—and is constantly renewed, enlivened, perfected—through a Jew conducting himself according to Torah.
This—as mentioned above—is one of the main instructions from Rosh Hashanah as head of the year—in leading all days as the head leads all limbs—that a Jew must be permeated every day with awareness that every deed (action), even speech (words), even thought matters not only for oneself or one's immediate environment but also for the entire scope of existence up to even higher worlds. At the same time he must remember—as "Netzer Mata'ai Ma'aseh Yadai" (the branch of My planting, work of My hands)—he receives full ability to fulfill his mission as given to Adam HaRishon—Yetzir Kapav shel Hakadosh Baruch Hu (whom G‑d Himself formed)—the task to bring himself and his surroundings to their ultimate perfection; receiving ability as G‑d gives generally—and especially on this day at this time when "Vayar Elokim et kol asher asa v'hinei tov me'od" (G‑d saw everything He made—it was very good)—from His full open holy generous hand.
Summary
The Rebbe teaches that each person has immense power and responsibility—not just for themselves but for uplifting their entire environment. On Rosh Hashanah we are reminded our actions impact all existence; we must use our unique strengths fully for ourselves and for perfecting G‑d's world.