ב"ה
, וא"ו תשרי, ה'תשל"ג — ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
בהמשך צום
פריערדיגען
בריוו, צום נייעם יאָר, אין וועלכן עס איז באַרירט געוואָרען די ספּעציעלע באַדייטונג און אָנווייזנוג פון
ראש
-
השנה שחל בשבת
, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער
קביעות
פון היינטיגען יאָר, וויל איך דאָ אָפּשטעלן זיך אויף נאָך אַ ספּעציעלער נקודה, מיט וועלכער היינטיגער יאָר, און במילא אויך דער ראש השנה פון היינטיגען יאָר, טיילן זיך אויס פון ס'רוב יאָרן און ראש השנה'ס, און דאָס איז וואָס היי-יאָר איז ראש השנה דער אָנהויב פון אַ
שמיטה
-
יאָר (שביעית)
. און ווי דערמאָנט אין דעם פריערדיגען בריוו, אַז ראש
השנה
איז דער "קאָפּ" (
ראש
) פונם גאַנצן יאָר, דאַרף אויך
דער
ענין זיך אויסדריקן אין
אַלע
טעג פונם יאָר, אויך אין די טעג ווען עס זיינען ניטאָ קיין זאַכן פאַרבונדן מיט די מצות פון שמיטה (פעלד אַרבעט, א.ז.וו., ווי ערקלערט ווייטער).
***
דער
שמיטה
יאָר איז, ווי באַקאַנט, דער "שבת" פון די זיבן יאָר. בנוגע צו מלאכה בפרט - איז פּונקט ווי שבת איז דער הייליגער רו-טאָג פון די טעג פון דער וואָך, אזוי איז שמיטה דער רו יאָר פון די יאָרן, מיטן אונטערשייד, וואָס שבת זיינען
אַלע
מלאכות אסור, און אין יאָר פון שביעית זיינען פאַרבאָטן בלויז די מלאכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט ערד-אַרבעט, ווי די תורה זאָגט:
ושבתה הארץ שבת לה' גו' שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור
("די ערד זאָל רוען אַ שבת צו ג-ט . . דיין פעלד זאָלסטו ניט פאַרזייען און דיין גאָרטן ניט שניידן").
כאָטש אין פיל הינזיכטן זיינען די אָנווייזונגען פון
יום השביעי
און
שנת השבע
ענלעך, איז אָבער פאַראַן אַן אונטערשייד אין די הויפּט-געדאַנקען וועלכע זיי אונטערשטרייכן:
שבת אונטערשטרייכט
בעיקר
אַז דער אויבערשטער איז דער
באַשעפער
פון דער וועלט (כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ); שמיטה אונטרשטרייכט
בעיקר
אַז דער אויבערשטער איז -
איצט
און אַלעמאָל - דער
בעל
-
הבית
פון דער וועלט. דעם מענטשענט מעשים דאַרפן באַווייזן אַז "אין דבר מיוחד ברשותו רק שהכל ברשות אדון הכל" (קיין זאַך איז ניט אין זיין רשות נאָר אַלעס איז אין רשות פון דעם האַר פון אַלעם).
אין יאָר פון שביעית ווערט דער אייגענטימער פון אַ פעלד און גאָרטן אויס בעל הבית פון זיי, אין אייקלאַנג מיט דעם אָנזאָג פון תורה:
והיתה
שבת הארץ לכם לאכלה לך ולעבדך ולאמתך גו'
("און דאָס רוען פון דער ערד זאָל זיין פאַר דיר צו עסן (גלייך מיט) דיין קנעכט, דיין דינסט א.ז.וו."), און ווי רש"י ערקלערט דאָס:
לא באכילה ולא בהנאה אסרתים, אלא שלא תנהוג בהם כבעל הבית, אלא הכל יהיו שווים בה
("איך האָב דיר ניט פאַרבאָטן צו עסן און הנאה האָבן פון זיי, נאָר דו זאָלסט זיך ניט פירן אין זיי ווי אַ בעל-הבית; אַלע זאָלן זיין גלייך אין דעם").
אין אַנדערע ווערטער: שביעית אונטערשטרייכט דעם באַגריף, אַז כאָטש דער באַשעפער האָט איבערגעגעבן די ערד צום מענטשן, פאַר אכילה און הנאה, דאַרף ער געדענקען, אַז דער אמת'ער בעל-הבית אין אַלע צייטן איז דער אויבערשטער, ווי דער פסוק זאָגט
לה'
הארץ ומלואה תבל ויושבי בה
("צום אויבערשטן געהערט די ערד און אַלץ וואָס איז אין איר, די וועלט און אירע איינואוינער"). און כדי צו אונטערשטרייכן און פאַרשטאַרקן דעם דאָזיגען זכרון אין אַלע צייטן, אַז עס זאָל פאַרווירקלעכט ווערן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, האָט דער אויבערשטער באַשטימט דעם זיבעטן יאָר אַלס אַ "שבת'דיגען" יאָר, ווען אַלע אַרבעט אין פעלד און גאָרטן ווערט אָפּגעשטעלט במשך פון אַ גאַנץ יאָר, און דער אייגענטימער ווערט אויס בעל-הבית, נאָר גלייך מיט זיין קנעכט, דינסט א.ז.וו. און ווי דער מדרש דריקט זיך אויס:
שדהו מופקרת, ואילנותיו מופקרים, והסייגים מפורצים ורואה פירותיו נאכלים
כו' ("זיין פעלד איז הפקר, זיינע ביימער זיינען הפקר, די צוימען דורכגעבראָכן און ער זעט ווי זיינע פירות ווערן אויפגעגעסן") - און ער נעמט דאָס אָן - דערמיט זאָגט אַ איד עדות, אַז דער אמת'ער בעל הבית פון דער וועלט איז דער אויבערשטער,
דער באַגריף, אַז דער אויבערטשער איז דער בעל הבית פון דער וועלט מיט אַלע אירע פרטים (איינצעלהייטן) איז אַ געדאַנק וואָס אַ איד ברענגט אַרויס יעדן טאָג פון יעדען יאָר און דריקט דאָס אויס בפועל דורך דעם וואָס איידער ער האָט הנאה אָדער אכילה (לויט רש"י'ס אויסדרוק) - מאַכט ער אַ ברכה - אַ דערקלערונג אַז דער אויבערשטער איז
מלך העולם
; אַז ער האָט באַשאַפן אַלעס א.ז.וו. - אָבער אין יאָר פון שמיטה ווערט דער ענין אונטערשטראָכן מיט דער גרעסטער שאַרפקייט, ווי אויבן דערמאָנט.
***
און דאָס איז איינע פון די הויפּט אָנוויזונגען פון היי-יאָר'דיגן ראש-השנה: עס איז ניט גענוג צו געדענקען, אַז דער אויבערשטער איז דער
באַשעפער
פון דער וועלט; מען מוז אויך געדענקען דעם אויספיר דערפון, אַז דער אויבערשטער איז אויך אַלעמאָל און שטענדיג דער
בעל הבית
פון דער וועלט, און דאָס דאַרף זיך אויסדריקן אין דער טאָג-טעגלעכער הנהגה יעדן טאָג פונם יאָר.
און כאָטש
די
דינים פון שביעית זיינען ניט נוהג אין חוץ לארץ, איז אָבער
דער
רוחניות'דיגער
אינהאַלט
און די אָפּלערנונג דערפון גילטיק אין אַלע ערטער.
***
דער באַגריף, אַז דער אויבערשטער איז דער שטענדיגער בעל הבית פון דער וועלט מיט אַלע זאַכן וואָס אין איר, ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין יאָר פון שביעית, קומט אַמ'בולט'סטן אַראָפּ לפועל אין דעם ענין פון
צדקה
, וואָס צדקה איז אַ
כללית'דיגע
מצוה וואָס ווערט געפאָדערט פון יעדן אידן; ער דאַרף אָפּגעבן פון זיין אָנגעהאָרעוועטע געלט צו אַן אָרעמאַן וואָס האָט אויף דעם ניט געהאָרעוועט, צו אַ תורה-מוסד אָדער צדקה-מוסד וואָס גיט זיך אָפּ מיט די באַדערפענישן פון נויטבאַדערפיגע א.ז.וו. קומט דער יאָר פון שביעית און לערנט אַ ספּעציעלן צוגאַנג אין געבן צדקה: א) ער גיט ניט זיינע
אייגענע
, נאָר דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אים צייטווייליג אָנפאַרטרויט און געמאַכט פאַר אַ שליח איבערגעבן דעם עני; ב) דורך טיילן זיך מיט אַנדערע - באַרעכטיקט ער דאָס וואָס ער האַלט פאַר זיך.
זעלבסטפאַרשטענדלעך, איז דער ענין פון צדקה ניט באַגרענעצט צו געלט, נאָר ווי
דער
באַוואסטער לשון: בממון בגוף בחכמה (בנפשו) ("מיט געלט מיט'ן גוף מיט דער נשמה"), צדקה אין
רוחניות
, וואָס פאַרפליכטעט יעדן אידן העלפן אַ צוויטן אידן וואָס איז "אָרעם" אין תורה און מצוות. ניט קוקנדיג ווי טייער עס איז באַ עם זיין צייט און זיינע כחות - אויסצוניצן זיי אויף זיין אייגענעם לימוד התורה און קיום המצות, זאָגט מען אים אַז ער טאָר זיך ניט פירן אין דעם ווי אַ גאַנצער בעל הבית, נאָר מוז איינטיילן פון זיין צייט און מי צו פאַרשפּרייטן תורה און מצוות צווישן די וועלכע זיינען "אָרעמעלייט" אין דעם.
דאָס איז אויך איינע פון די הויפּט-ענינים און החלטות (באַשלוסען) פון יום הכיפורים: תשובה ותפלה וצדקה, ווי עס איז אויך אַרויסגעבראַכט אין דער הפטורה פון יום-כיפור:
זה צום אבחרהו גו' פרוס לרעב לחמך גו' כי תראה ערום וכסיתו
גו' - ("דאָס איז דער פאַסטן וואָס איך קלייב אויס (וועלכע ברענט אַז . . אויך) אַז דו וועסט איינטיילן דעם הונגעריגען פון
דיין
ברויט . . אַז דו וועסט זען אַ נאַקעטען וועסט עם באַקליידן") - וואָס אין צוגאָב צום איינפאַכן מיין פון די ווערטער, זאָגן חז"ל אַז דאָס מיינט אויך צדקה אין רוחניות: צו שפּייזן דעם "הונגעריגען" אין גייסטיגע שפּייז, תורה, און צו באַקליידן מיט מצוות דעם "נאַקעטן" פון מצוות.
און עס איז דאָ די ג-טלעכע הבטחה:
עשר תעשר
(די קריאה פון שמיני-עצרת), ווי חז"ל לערנען עס:
דורך
געבן מעשרות און צדקה, איז ניט נאָר אַז עס וועט ניט פעלן באַ דעם געבער, נאָר אדרבה, עס וועט באַ אים נאָך צוקומען פיל מער, ביז אין אַן אופן פון עשירות. און כאָטש אַז מצוות אין אַלגעמיין (אויך - צדקה) דאַרף מען טאָן ניט צוליבן שכר, נאָר ווייל דער אויבערשטער, דער באַשעפער און בעל הבית פון דער וועלט, האָט אַזוי געהייסן, האָט אָבער דער אויבעשטער פאַרזיכערט, אַז עס וועט זיין
עשר
-
תעשר
, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.
בברכת חתימה וגמר חתימה טובה,
מנחם שניאורסאהן
-----------------
קביעות פון היינטיגען יאָר
: עוד ענין מיוחד בשנה זו שהיא מעוברת (וחסרה - מ"ח וכסלו שניהם חסרים), אבל כיון ש"אני מאמין בביאת המשיח . . אחכה לו בכל יום שיבוא" ועד - בנוגע להלכה למעשה (עירובין מג, א) ואז יקדשו ב"ד ע"פ הראי' - אין מוחלט שתהי' מעוברת (וחסרה) עד בוא חודש אדר (ומ"ח וכסלו).
ואפילו לדעת הרס"ג (אוצה"ג ביצה ד, ב. יסוד עולם מ"ד פ"ו. ובכ"מ) ור"ח (בחיי שמות יב, ב) ועוד שלעולם מקדשים ע"פ החשבון הרי לא מצינו שיחלוקו על דרז"ל "אתם אפילו שוגגים כו'" (ר"ה כה, א).
בנוגע צו מלאכה
: כי יש עוד ענינים שדומים בהם כמו בהוספה בלימוד התורה (ספורנו בהר כה, ד. ועוד). וראה ג"כ חינוך מצוה פד.
פּונקט ווי שבת . . אַזוי איז שמיטה
: ויקרא רבה ספכ"ט. וראה רמב"ן בהר כה, ב.
אַלע מלאכות . . בלויז . . ערד
-
אַרבעט
: הטעם ע"פ קבלה וחסידות ראה לקוטי תורה (טעמי מצות) להאריז"ל פ' בהר, שער המצות שם ועוד. לקו"ת בהר ד"ה את שבתותי ועוד.
תורה זאָגט
: בהר כה, ב-ד.
כי . . הארץ
: יתרו כ, יא.
אין דבר . . הכל
: חינוך מצוה שכח.
שהכל ברשות אדון הכל
: ומראה זה בשדהו כו' - עיקר נכסיו של אדם. וראה יבמות סג, א.
והיתה . . ולאמתך
: בהר כה, ו. וראה ספר טעמי המצות להצ"צ סוף מצות שביעית: אדם ובהמה שווים כו'. ועייג"כ סוד"ה כי תבואו גו' ושבתה - תרס"ו.
לה' הארץ . . בה
: תהלים כד, א. ואפילו לאחר ברכה שאז "והארץ נתן לבנ"א" (ברכות לה, סע"א ושם), היינו שאינו כנהנה מן
ההקדש
, וכאמרנו: ברוך שאכלנו
משלו
, ולכן לא קיצר בהתירוץ שם לומר "לא קשיא
על ידי
ברכה". ועפ"ז יל"פ כוונת רש"י שם ד"ה לאחר.
דער מדרש
: תנחומא ר"פ ויקרא. ויק"ר שם.
יעדן טאָג . . אַ ברכה
: ראה טושו"ע או"ח סמ"ו ס"ג ושו"ע אדה"ז שם. ברכות (לה, סע"א).
ניט נוהג אין חוץ לארץ
: הביאור ע"פ קבלה ראה ליקוטי לוי יצחק - אגרות ע' רמז.
דער שטענדיגער בעל הבית
: יומתק ביותר ע"פ תורת הבעש"ט אשר העולם ומלואו דבר ה' "מהווה אותו תמיד ומוציאו מאין ממש ליש" (שער היחוה"א פ"א, ג).
אַ כללית'דיגע מצוה
: ראה וירא (יח, יט) יצוה . . לעשות צדקה ומשפט. ו"בכל תלמוד ירושלמי היא (צדקה) נק' בשם מצוה סתם, כי כך הי' הרגל הלשון לקרוא צדקה בשם מצוה סתם" (תניא פל"ז - מח, ב). וראה ג"כ סד"ה אני בצדק (סי' עם דא"ח).
געפאָדערט פון יעדן
: אפילו עני המתפרנס מן הצדקה (טושו"ע יו"ד ר"ס רמח).
געמאַכט פאַר אַ שליח
: חינוך מצוה סו. ועיין ד"ה תקעו בחדש (בסו"ס תורת שמואל תרכ"ז).
באַוואוסטער לשון
: אורחות צדיקים פי"ז. בארוכה - ראה ד"ה אשר ברא ואילך תרפ"ט (ס' הקונטרסים).
זה צום . . וכיסיתו . . זאָגן חז"ל
: ישעי' נח, ו-ז. תנדב"א רבא פכ"ז.
עשר תעשר . . חז"ל לערנען
: ראה יד, כב. תענית ט, א.
דורך געבן . . צוקומען פיל מער
: להעיר מתורת הה"מ במאמר הזהר (נשא קמ, ב) אית חסד ואית חסד (לקו"א קרוב לסופו ד"ה במדרש ואהרן מה הוא).
מצוות . . ניט צוליבן שכר
: אבות פ"א, מ"ג.
אויך
-
צדקה
: ואף שנאמר ובחנוני נא בזאת (ראה שו"ע יו"ד סו"ס רמז) פשוט שמובחר נתינתה שלא עמלק"פ - ראה רמב"ם הל' תשובה בסופן.
B"H, Vav Tishrei, 5733.
Brooklyn, NY.
To the sons and daughters of Israel wherever they are, may Hashem be upon them for life.
Shalom u'Vrachah!
Following my previous letter regarding the fast and the new year, in which I touched on the special significance and instruction of a Rosh Hashanah that falls on Shabbat—especially in connection with this year's calendar—I wish to focus here on another unique point that distinguishes this year and its Rosh Hashanah from most years: this year, Rosh Hashanah marks the beginning of a Shemitah (Sabbatical) year. As mentioned in the previous letter, since Rosh Hashanah is the "head" (rosh) of the entire year, its theme must be expressed throughout all days of the year—even on days not directly connected to Shemitah mitzvot (such as fieldwork), as will be explained further.
The Shemitah year is known as the "Shabbat" among seven years. Regarding labor specifically—just as Shabbat is the holy day of rest among the days of the week, so too Shemitah is a year of rest among years. The difference is that on Shabbat all forms of work are forbidden, while in a Shemitah year only those labors connected to working the land are prohibited, as the Torah says: "VeShavsah HaAretz Shabbat LaHashem... Sadcha Lo Tizra VeKarmecha Lo Tizmor" (the land shall rest—a Sabbath for G‑d... your field you shall not sow and your vineyard you shall not prune). Although in many ways Shabbat and Shemitah are similar in their instructions, there is a fundamental difference in their main messages: Shabbat primarily emphasizes that Hashem is the Creator of the world (Ki Sheshet Yamim Asah Hashem Et HaShamayim VeEt HaAretz); Shemitah primarily emphasizes that Hashem is—now and always—the true Master (Baal HaBayit) over creation. Human actions must demonstrate that nothing truly belongs to him; everything is under the domain of Adon HaKol (the Master of all). In a Shemitah year, an owner ceases being master over his field or garden, as Torah instructs: "VeHayta Shabbat HaAretz Lachem LeOchlah Lecha ULeAvdecha ULeAmatecha..." (the land's rest shall be for you to eat—together with your servant and maidservant), and as Rashi explains: "I did not forbid you from eating or benefiting from it; rather, you should not act as its owner—all should be equal regarding it." In other words: Shemitah underscores that although Hashem gave man use of earth for eating and enjoyment, he must remember that at all times Hashem remains its true Owner—as it says: "LaHashem HaAretz U'Melo'ah Tevel V'Yoshvei Va" (to Hashem belongs the earth and all within it). To reinforce this awareness so it permeates daily life, Hashem designated every seventh year as a Sabbatical when all fieldwork ceases for an entire year and ownership becomes nullified—everyone shares equally. As Midrash says: "His field is ownerless; his trees are ownerless; fences are breached; he sees his fruit eaten by others,"—and by accepting this reality a Jew testifies that Hashem alone is Master over creation. This concept—that Hashem is always Baal HaBayit over every detail—is something a Jew expresses daily by reciting a blessing before enjoying anything (as Rashi puts it): declaring Hashem King of the universe who created everything. But during Shemitah this idea stands out with special clarity.
This is one of this year's main messages at Rosh Hashanah: It isn't enough to remember that Hashem created everything—we must also remember He remains always and constantly Baal HaBayit over creation. This awareness must shape our daily conduct throughout the entire year. And even though Shemitah laws do not apply outside Eretz Yisrael, their spiritual content and lesson are relevant everywhere.
The idea that Hashem remains constant Baal HaBayit over everything—as expressed most vividly during Shemitah—finds practical expression in tzedakah (charity), which is an all-encompassing mitzvah required from every Jew: one must give from his hard-earned money to someone needy or to Torah/charity institutions caring for those in need. The Shemitah year teaches a special approach to giving tzedakah: (a) One gives not from what truly belongs to him but from what Hashem has temporarily entrusted him with as an agent to pass along; (b) By sharing with others he justifies retaining what he keeps for himself. Of course tzedakah isn't limited to money—as known: "with money, body or wisdom (soul)," meaning spiritual tzedakah obligates every Jew to help another who lacks Torah or mitzvot. No matter how precious one's time or energy may seem for personal Torah study or mitzvah observance, he cannot act as sole master over them but must devote some time/effort to spreading Torah/mitzvot among those lacking them. This too is one of Yom Kippur's main themes: teshuvah, prayer, tzedakah—as expressed in its haftarah: "Zeh Tzom Evcharahu... Prus LaRa'ev Lachmecha... Ki Tireh Arom VeChisito..." (this is the fast I choose—that you share your bread with the hungry... when you see someone naked you clothe him)—and our sages explain this also refers to spiritual tzedakah: feeding spiritual hunger with Torah; clothing spiritual nakedness with mitzvot.
There is also G‑d's promise: "Aser Ta'aser" (the reading on Shemini Atzeret)—as our sages interpret it: by giving tithes/tzedakah one will not lack but will receive even more—even wealth. Although mitzvot generally—including tzedakah—should be performed not for reward but because Hashem—the Creator and Baal HaBayit—commands so, nevertheless Hashem assures us there will be abundance both materially and spiritually.
With blessings for inscription and sealing for good.
Menachem Schneersohn
Summary
The Rebbe teaches that Shemitah reminds us G‑d remains Master over everything at all times—a lesson relevant everywhere through acts like charity and sharing both material resources and spiritual gifts with others.