10125 —המשמעות העמוקה של פסח וקשרו לאביב

The Deeper Meaning of Pesach and Its Connection to Spring

ב"ה , י"א ניסן, ה'תשל"א — ברוקלין, נ.י.
The Rebbe explains the profound link between Pesach and the month of spring, highlighting how both represent a complete transformation from limitation to freedom. He teaches that every Jew can transcend personal boundaries and achieve true spiritual liberation through Torah and mitzvos.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, י"א ניסן, ה'תשל"א — ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די

ימים טובים זיינען, ווי באַקאַנט, פאַרבונדן מיט באַשטימטע צייטן פון יאָר: פסח מוז זיין אין

חודש האביב

, אין פרילינג, שבועות איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון ווייץ-שניט, און ווערט אָנגערופן

חג הקציר

, סוכות איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון איינזאַמלען די תבואה און פירות, און ווערט אָנגערופן

חג האסיף

.

ספּעציעל

ווערט אין דער תורה אונטערגעשטראָכן די פאַרבינדונג פון פסח מיט פרילינג, ווי עס שטייט:

שמור

את חודש האביב ועשית פסח לה' אלקיך

(היט דעם פרילינג-חודש און מאַך פסח צו השם דיין ג-ט).

פסח און חודש האביב האָבן געמיינזאַמע שטריכן. איינע פון זיי: פסח איז "

ראש לרגלים

" –

דער

"קאָפּ"

פון די ימים טובים – דער ערשטער און דער אָנהויב פון די אַנדערע ימים טובים, נאָכמער: דער המשך און

אָפּשלוס

פון פסח – פון דעם וואָס אידן זיינען געוואָרן אַ פאָלק – איז אין זמן מתן תורתנו, שבועות. און סוכות איז דאָך ווייל:

בסוכות הושבתי

את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים (אין סוכות האָב איך באַזעצט אידן ווען איך האָב זיי אַרויסגענומען פון ארץ מצרים). אַזוי איז דער חודש

האביב

דער ערשטער פון אַלע חדשים, און די צייט פון שפּראָצונג און בליאונג וואָס ברענגט צו קציר און אסיף.

***

די שייכות פון פסח צו חודש האביב האָט אויך אַ טיפערע באַדייטונג:

פסח,

זמן חירותינו

, האָט געבראַכט אַ פולשטענדיגע אומוואַנדלונג

מעבדות

לחירות, מאפילה לאור גדול

– פון דער

נידעריגסטער

מדריגה פון קנעכטשאַפט צו דער העכסטער מדריגה פון פרייהייט, פון אַ

טיפע

פינצטערניש צו אַ

גרויסע

ליכטיקייט. ענליך צו דעם איז אויך די ענדערונג פון דער נאַטור אין פרילינג, ווען די ערד כאַפּט זיך אויף פון טיפן ווינטער-שלאָף, ווערט באַפרייט פון די קייטן און צוימונגען פון קאַלטן ווינטער, און נעמט שפּראָצן און בליען, ביז אַז די תבואה זאַנגען הייבן זיך שוין אָן אָנפילען. אָדער אין אַ פרט גענומען: ווען פון אַ קערנדל,

נאָכדעם

ווי ער ווערט צעפוילט, שפּראָצט אַרויס נייע, לעבנדיגע און וואַקסנדע תבואה. אין ביידע פאַלן – פסח און פרילינג – איז די ענדערונג ניט אַ אויפשטייג פון איין מדריגה צו אַ נעקסט צווייטער, נאָר אַן ענדערונג שלא בערך – אַן ענדערונג וואָס שאַפט אַ נייע בריאה.

***

ווי עס איז באַמערקט געוואָרן מערערע מאָל, איז יעדער ענין אין

תורה

(מלשון "הוראה") אַן אָנווייזונג און אָפּלערנונג, בפרט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ יום-טוב, און במיוחד – מיט אַ כללות'דיגן יום-טוב ווי פסח.

אַ הוראה כללית פון פסח, ספּעציעל פון דעם צוזאַמענבונד פון יציאת-מצרים מיט חודש האביב דוקא – פאַר יעדן אידן, מאַן און פרוי,

אין

טאָג-טעגלעכן לעבן, איז:

דער מענטשלעכער לעבן איז, אין אַלגעמיין, איינגעטיילט אין צוויי ספערן: דער פּערזענלעכער לעבן און זיין אויפטו אין וועלט; און אין די ביידע איז דאָ דער גייסטיגער לעבן און דער פיזישער לעבן.

די

אויפגאַבע

פון אַ אידן איז "אַרויסנעמען" אַלעס וואָס עס איז דאָ אין די אויבענדערמאָנטע ספערן – מעבדות לחירות (פון זייערע מצרים וגבולים – באַגרענעצונגען) דורך "אויפהויבן" זיי צו (מער) רוחניות (גייסטיקייט) – ביז צו

דינען

מיט יעדען פרט פון זיי דעם אויבערשטן.

אויך די זאַכן וועלכע ער קען, לכאורה, ניט ענדערן: דער אויבערשטער האָט עם אַזוי באַשאַפן אַז ער מוז אָנקומען צו עסן,

טרינקען

א.ז.וו. – מאַכט ער איבער דעם עסן א.ז.וו. און – שלא בערך: ער

עסט

צוליב קענען טאָן גוטעס, לערנען תורה, מקיים זיין מצוות – צוליב האָבן כח דינען דעם אויבערשטן. און נאָכמער – מיט דעם עסן אַליין דינט ער השם: דאָס בריינגט עם צו מאַכן אַ ברכה פאַרן עסן, אַ ברכה נאָכדעם א.ז.וו.

ענליך צו דעם – בנוגע חודש האביב: לכאורה קען דער מענטש גאָרנישט טאָן אין דעם וואָרום דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט

חוקות

(געזעצן אין דער פירונג פון) שמים וארץ און האָט אָנגעזאָגט אַז עוד כל ימי הארץ גו' וקור וחום וקיץ וחורף גו' לא ישבותו (כל זמן די ערד איז דאָ . . וועלן די צייטן פון קעלט און וואַרים און פון זומער און ווינטער . . ניט אויפהערן) – היט אַ איד און

קוקט

אַרויס צום פרילינג חודש כדי צו מאַכן פסח צו ה' אלקיך: ער פאַרשטייט און נאָכמער, ער

דערזעט

אין דעם פרילינג, דעם

אויבערשטן'ס

חוקות און

לא ישבותו

, און נאָך העכער – אין דעם סאַמע תוקף (שטאַרקייט) פון

הנהגה

טבעית (די פירונג לויט חוקות שמים וארץ) בחודש האביב – איז הוציאך ה' אלקיך ממצרים (האָט ה' דיין ג-ט דיר ארויסגענומען פון מצרים) – וואָס דאָס איז פון די גרעסטע נסים, סאַמע תוקף פון הנהגה נסית.

אין די אַלע ספערן פון

טאָג-טעגלעכן

לעבן טרעפט דער מענטש אָן ענינים וועלכע זיינען "מצרים" – אין זין פון מצרים וגבולים (באַגרענצונגען) – וועלכע שטערן און צוימען דעם אידן פון אַנטוויקלען אין דער פולסטער מאָס זיין אמת-אידישע נאַטור, אַלס תורה-איד. די שטערונגען און באַגרענצונגען זיינען סיי אינערלעכע – איינגעבאָרענע זיטן און געוואָרענע געוואוינהייטן; און סיי אויסערלעכע – ווי די השפעות פון דער סביבה. דאַרף אַ איד

באַפרייען

זיך פון די דאָזיגע קייטן און גיין צום תעבדון את האלקים.

***

אויך דער וואס מאַכט דעם חשבון, אַז זיין גייסטיגער מצב איז גאָר אַ נידעריגער, איז ווי קען מען ערוואַרטן ער זאָל זיך אינגאַנצן איבערשטעלן מעבדות לחירות ומאפילה לאור גדול – איז אויך אין דעם פאַראַן אַ קלאָרע אָנווייזונג פון דעם יום-טוב פסח. וואָרום, ווי געזאָגט, איז יציאת-מצרים געווען מן הקצה אל הקצה: פון דער נידעריגסטער פאַרשקלאַפונג צו די נידעריגסטע געצנדינער, זיינען די אידן ניט נאָר באַפרייט געוואָרן פון פיזישע עבדות (עבודת פרך) און פון גייסטיגע פאַרשקלאַפונג (

עבודה-זרה

), נאָר זיי האָבן באַלד דערנאָך – שביעי של פסח – געקענט זאָגן און געזאָגט

זה

א-לי

(דאָס, אָט איז

מיין

ג-ט), באַוויזן, כביכול, מיטן פינגער – און דערנאָך דערגרייכט דעם באַרג סיני, האָבן געהערט "אנכי ה' אלקיך" מפי

הגבורה

(פון אויבערשטן אַליין) און האָבן באַקומען

די

גאַנצע תורה, שבכתב ושבעל פה – אַן אויסערגעוויינלעכע איבערשטעלונג מן הקצה אל הקצה.

***

השם יתברך זאָל העלפן, אַז יעדער איינער און איינע, בתוככי כלל ישראל, זאָל אויסנוצן די כוחות וואָס דער באַשעפער האָט געגעבן יעדן פון זיי איבערצוקומען אַלע שוועריקייטן און שטערונגען און

אַרויסגיין

פון אַלע מצרים און באַגרעניצונגען און דערגרייכן אמת'ע חירות דורך פאַרבינדן זיך מיט'ן אויבערשטן – דורך זיין תורה און דורך זיינע מצות,

כולל די

מצוה

:

להזכיר

יציאת מצרים ביום ובלילה,

און פון דער

גאולת

הפרט – זאָל מען זוכה זיין צו גאולת הכלל, צו דער פאַרווירקלעכונג פון דער נבואה

כימי

צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות

, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

B"H, 11 Nissan, 5731.

Brooklyn, NY.

To the sons and daughters of Israel wherever they are, may Hashem be upon them for life.

Shalom u'Vrachah!

The festivals are, as is known, connected with specific times of the year: Pesach must be in the month of spring; Shavuos is linked to the time of the wheat harvest and is called Chag HaKatzir; Sukkos is associated with the gathering of grain and fruit and is called Chag HaAsif. Especially in Torah, the connection between Pesach and spring is emphasized, as it says: "Shamor es Chodesh HaAviv v'Asisa Pesach laHashem Elokecha" (Guard the month of spring and make Pesach for Hashem your G‑d). Pesach and the month of spring share common features. One is that Pesach is Rosh L'Regalim—the head of the festivals—the first and beginning of all other festivals. Moreover, the continuation and conclusion of Pesach—from when Jews became a nation—leads to Zman Matan Toraseinu, Shavuos. And Sukkos comes because: "BaSukkos Hoshavti Es Bnei Yisrael B'Hotsi'i Osam Me'eretz Mitzrayim" (In Sukkos I settled the Jews when I took them out from Egypt). Thus, the month of spring is first among all months, a time of sprouting and blossoming that leads to harvest and gathering.

The connection between Pesach and the month of spring also has a deeper meaning: Pesach—Zman Cheiruseinu—brought about a complete transformation from slavery to freedom, from darkness to great light—from the lowest level of servitude to the highest level of liberty. Similarly, in nature during springtime, the earth awakens from deep winter sleep, freed from winter's chains and restrictions, begins to sprout and blossom until grains start filling out. Or in detail: from a seed that decays emerges new living growth. In both cases—Pesach and spring—the change is not just an ascent from one level to another but an incomparable transformation—a change that creates something entirely new.

As has been noted many times, every concept in Torah (from "hora'ah," meaning instruction) serves as guidance—especially matters connected with a festival like Pesach. A general lesson from Pesach—especially its link with Yetzias Mitzrayim during Chodesh HaAviv—for every Jew in daily life is: Human life divides into two spheres: personal life and one's work in the world; within both are spiritual life and physical life. The task for a Jew is to bring everything within these spheres out from slavery to freedom (from their own Mitzrayim—limitations) by elevating them toward greater spirituality—to serve Hashem with every detail. Even things he seemingly cannot change—since Hashem created him needing food or drink—he transforms eating itself so that it serves doing good deeds, learning Torah, fulfilling mitzvos—to have strength to serve Hashem. Moreover—with eating alone he serves Hashem: it leads him to make a blessing before eating, after eating, etc.

Similarly regarding Chodesh HaAviv: Seemingly man can do nothing about it since Hashem established laws governing heaven and earth—and decreed "Od Kol Yemei HaAretz... Kor V'Chom V'Kayitz V'Choref... Lo Yishbosu" (As long as earth exists... cold/heat/summer/winter will not cease)—yet a Jew watches for springtime in order to make Pesach for Hashem his G‑d: he understands—and even more so perceives—in this springtime Hashem's laws "Lo Yishbosu," and even higher—in this very forcefulness of natural order during Chodesh HaAviv—is "Hotzi'acha Hashem Elokecha MiMitzrayim" (Hashem your G‑d took you out from Egypt)—one of the greatest miracles—the ultimate forcefulness of supernatural conduct.

In all spheres of daily life one encounters matters that are Mitzrayim—in terms of limitations—that hinder or restrict a Jew from fully developing his true Jewish nature as a Torah-Jew. These obstacles may be internal—inborn traits or acquired habits—or external—influences from environment. A Jew must free himself from these chains and go toward "Ta'avdun Es HaElokim."

Even someone who thinks his spiritual state is very low—how can he expect to completely transform himself from slavery to freedom or darkness to great light? There too lies clear instruction from Pesach: As mentioned above, Yetzias Mitzrayim was "min haketzeh el haketzeh" (from one extreme to another): From utter enslavement—even idol worship—the Jews were not only freed physically but also spiritually; immediately after—on Shevi'i Shel Pesach—they could say "Zeh Keili" (This is my G‑d), point with their finger so-to-speak—and then reached Mount Sinai where they heard "Anochi Hashem Elokecha" directly from Hashem Himself—and received all Torah Shebiksav u'Shebe'al Peh—a truly extraordinary transformation.

May Hashem help that each individual among all Israel utilize the powers given by their Creator to overcome all difficulties and obstacles—to leave all personal Mitzrayims/limitations—and attain true freedom by connecting with Hashem through His Torah and mitzvos—including recalling Yetzias Mitzrayim day and night; may this individual redemption lead speedily to collective redemption—to fulfillment of "Kimei Tzeischa Me'eretz Mitzrayim Arenu Niflaos" (As in days when you left Egypt I will show you wonders)—with coming of Mashiach Tzidkeinu soon.


Summary

The Rebbe teaches that just as nature transforms in springtime leading up to Pesach, so too can every Jew experience total renewal by breaking free from personal limitations through Torah observance—ultimately bringing about both individual growth and collective redemption.

Leave Feedback