ב"ה
, ימי הסליחות, ה'תשכ"ט — ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
עס איז שוין מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז אַלע ענינים אין תורה – וואָס
תורה
איז פון לשון הוראה, אָפּלערנונג – דינען אַלס אָנווייזונג אין טאָג טעגלעכן לעבן. די ימים טובים האָבן, פאַרשטייט זיך, גאָר וויכטיגע און כללות'דיגע אָנווייזונגען, יעדער יום טוב לויט זיין אינהאַלט: פסח – זמן חירותנו – גיט אַ הוראה וואָס אמת'ע חירות (פרייהייט) איז; שבועות – זמן מתן תורתנו – לערנט אונז, הויפּטזעכלעך, צו פאַרשטיין וואָס תורה איז; סוכות – זמן שמחתנו – גיט אונז אַ טיפערן געפיל און פאַרשטאַנד וואָס שמחה איז.
ראש השנה – וואָס באַצייכנט די צייט פון וועלט-באַשאַף:
זה
היום תחלת מעשיך זכרון ליום ראשון
(דאָס איז דער טאָג פון דעם אָנהויב פון דיינע טואונגען, אַן אָנדענק צום ערשטן טאָג) – גיט אַן אַלגעמיינע אָנווייזונג וועגן דער בריאה און וועגן תכלית פון דעם גאַנצן וועלט-באַשאַף.
***
מען
שטעלט זיך אויף דעם וואָס ראש השנה ווערט באַצייכנט אַלס "זה היום תחלת מעשיך", אין דער צייט וואָס אייגענטלעך איז ראש השנה אין דעם
זעקסטן
טאָג פון מעשה בראשית.
די
ערקלערונג איז געגעבן געוואָרן פון אונזערע חכמים זכרונם לברכה: וויבאַלד אַז דער מענטש איז דער תכלית און אינערלעכע כוונה פון
אַלע טיילן
פון דער בריאה, וויבאַלד אַז מיט דעם מענטשן איז דער
גאַנצער
באַשאַף דערגענצט און פאַרפאָלקאָמט געוואָרן – איז גלייך ווי דער מענטש שטעלט מיט זיך פאָר די גאַנצע בריאה און איידער ער איז באַשאַפן געוואָרן איז, אַזוי צו זאָגן, קיין בריאה ניט געווען.
עס שטעלט זיך אָבער די פראַגע, ווי קען מען אַזוי זאָגן – בשעת עס איז דאָ אַזאַ גרויסע וועלט אַ חוץ דעם מענטשן – ווי געזאָגט: מה
רבו
מעשיך ה' (ווי פילע זיינען דיינע מעשים), מה גדלו מעשיך ה' (ווי גרויס זיינע דיינע מעשים)? ואדרבא, באַטראַכטענדיג די גאַנצע בריאה, שוין מיט די מענטשן, איז דאָך דער
מין המדבר
(דער מענטש) פיל ווייניקער פון די
בעלי חיים
(לעבעדיקע באַשעפענישן), און נאָך ווייניקער – פון
צומח
(פלאַנצן), און נאָך ווייניקער – פון
דומם
(אומבאַוועגליכע זאַכן, ווי ערד, שטיינער, אד"ג)?
איז דער ענטפער אויף דעם
– און אין דעם באַשטייט איינע פון די
הויפּט
הוראות פון ראש השנה וועגן דער
גאַנצער בריאה
:
דער סדר אַז מער פון אַלעמען איז דאָ –
דומם
, און דאַן קומט –
צומח
, נאָכדעם –
חי
און ערשט דערנאָך –
מדבר
– איז דאָס ווען מ'רעכנט זיך מיט
כמות
(קוואַנטיטעט); אָבער ווען מ'קוקט אויף
איכות
(קוואַליטעט) איז דער סדר אַ פאַרקערטער:
דומם
, וואָס האָט ניט קיין סימנים פון לעבן און וואַקסן, פאַרנעמט דעם נידעריגסטן אָרט; העכער פון דעם שטייט –
צומח
, וואָס וואַקסט, אָבער האָט ניט די אייגנשאַפטן פון לעבעדיקייט און באַוועגלעכקייט פון בעלי חיים; נאָך העכער איז די וועלט פון
בעלי חיים
, וועלכע זיינען אָבער נידעריגער פון דעם
מענטשן
, ווייל זיי האָבן ניט דעם שכל פון אַ מענטשן, דער העכסטער פון אַלע נבראים. וואָרום כאָטש אַ
בעל-חי
האָט שכל, איז אָבער דער שכל ביים בעל-חי ניט אַן ענין פאַר זיך, נאָר ער איז אַ משרת, און דינט די נאַטירלעכע באַדערפענישן פון דעם בעל-חי. אָבער דער מענטשלעכער שכל – אויב דער מענטש פירט זיך ווי אַ מענטש און ניט ווי אַ בעל-חי – איז ניט כדי צו זיין אַ משרת באַ זיינע נאַטירלעכע באַדערפענישן, ווי עסן, טרינקען אד"ג. נאָר – דער שכל איז אַ תכלית פאַר זיך. און נאָכמער: דער ציל און שלימות פון שכל האדם איז, אַז ניט נאָר ווערט דער שכל ניט באַנוצט בלויז אַלס אינסטרומענט צו באַפרידיגן די פיזישע באַדערפענישן, נאָר, פאַרקערט ווי באַ בעלי חיים, ווערן באַם מענטשן אַלע ענינים פון עסן און טרינקען אד"ג – משרתים פונם שכל, כדי אַז דער מענטש זאָל קענען שטייגן אין שכל'דיגע און גייסטיגע ענינים העכער און העכער.
דאָס איז אָבער נאָך ניט די
אמת'ע
שלימות פון דעם מענטשן. די אמת'ע שלימות ווערט דערגרייכט ווען דער שכל ברענגט דעם מענטשן צו דער אַנערקענונג, אַז עס איז דאָ דער וואָס איז העכער פון שכל, ביז אַז דער שכל ווערט בטל צו דעם וואָס איז העכער פון שכל.
קלאָרער געזאָגט: די שלימות פון מענטשן איז ווען דער שכל אַנערקענט, אַז דער מענטש, און צוזאַמען מיט עם די גאַנצע וועלט, דאַרף שטרעבן צו ווערן בטל און זיי ווערן בטל צום אויבערשטן, דער באַשעפער פון דער גאַנצער וועלט און דער אָנפירער פון אַלץ און אַלעם אין דער וועלט.
דעם ערשטן ראש השנה, איז די דאָזיגע שלימות דערגרייכט געוואָרן דורך דעם ערשטן מענטשן, דורך אדם הראשון. אדם הראשון
האָט גערופן
(און אויסגעפירט) אין דער גאַנצער וועלט אַרום:
בואו
נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו
("קומט, מיר וועלן זיך בוקן, נויגן און קניען פאַר ג-ט אונזער באַשעפער").
די דאָזיגע אויפפּאַסונג איז אַקטועל און דאַרף דורכדרינגען אונזער טאָג טעגלעכן לעבן ווי מען זעט עס פון דער באַשטימונג פון "שיר של יום" פון
יעדער וואָך
אַ גאַנץ יאָר: דעם זעקסטן טאָג אין וואָך (דער טאָג פון אדם הראשון'ס באַשאַפונג) איז
דער
שיר:
ה' מלך
גאות לבש
– דער אויבערשטער טוט קיניגן, ער האָט זיך מיט גרויסקייט באַקליידט – ווייל דאָס איז געווען דער אויפטו פון אדם הראשון, וואָס ער האָט באַלד אַנערקענט די ג-טלעכע הערשאַפט און האָט זיך און די גאַנצע בריאה אויפגעהויבן צו בטל זיין פאַר ה' עושנו, צו מלך כל הארץ.
***
די אַלגעמיינע אָפּלערנונג פון דאָס אויבנגעזאָגטע אין קורצן:
ווען אַ מענטש באַטראַכט
זיך, זעט ער אַז ס'רוב פון זיין לעבן און ס'רוב פון זיינע ענינים גייען אַוועק אויף זאַכן וועלכע זיינען, אויפ'ן ערשטן קוק, גשמיות'דיקע און וועלטלעכע, ווי עסן, טרינקען, שלאָפן אד"ג, מיט אַלע צוגרייטונגען דערצו. מען זעט אויך, אַז צווישן דעם מין המדבר איז די צאָל פון וועלטלעכע מענטשן פיל מער פון די "גייסטיגע", און בכלל זעט מען אַרום זיך אַ גרויסע מאַטעריעלע און פיזישע וועלט אַריינגעטאָן אין גשמיות'דיקע ענינים. קען דאָס אַמאָל פירן צו אַ ספק און אַ פאַלשן געדאַנק, אַז אפשר זיינען די מאַטעריעלע און פיזישע ענינים דער עיקר אין דער וועלט.
קומט ראש השנה און לערנט אונז, אַז דער אמת איז פּונקט פאַרקערט: עס זיינען טאַקע דורך פינף טעג און
אַ
טייל פון דעם זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית אויף אַלערליי באַשעפענישן. פונדעסטוועגן איז דוקא דער מענטש – וואָס אין כמות, אין צייט און אָרט, איז ער גאָר אַ קליינע טייל פון דער בריאה – דער עיקר און תכלית פון דעם גאַנצן באַשאַף. און אין מענטשן גופא, איז
ניט דער גוף
וואָס איז
עפר
מן האדמה
(שטויב פון דער ערד) דער עיקר, נאָר די נשמה וואָס דער אויבערשטער האָט אין עם איינגעאָטעמט אין איין רגע (
ויפח באפיו נשמת חיים
), אַ נשמה וועלכע איז – חלק
אלקה
ממעל ממש. און ערשט נאָכדעם ווי עס איז באַשאַפן געוואָרן דער מענטש מיט דעם ג-טלעכן ניצוץ האָט די גאַנצע בריאה באַקומען אַ ווערט און אַ שלימות, אַזוי אַז דער מענטש ווערט מיט רעכט באַצייכנט אַלס דער "אָנהויב" פון דער בריאה, פון אַלע טיילן פון דער בריאה –
זה היום תחלת מעשיך
.
דערפון קומט נאָך אַ נעענטערע הוראה: אַז מ'רעדט מיט אַ אידן אַז מ'מוז לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, לויט דעם אָנזאָג פון דעם אויבערשטן, דעם באַשעפער פון דער וועלט, וואָס פּאַסט אויף אויף יעדן איינעם און איינע אומעטום און אין יעדע רגע – זיינען פאַראַן אייניגע וועלכע פרעגן: אויב דאָס איז באמת דער תכלית פון דער בריאה, ווי קומט עס אַז די שומרי תורה און מצוות מיט אַלע דקדוקים זיינען דערווייל נאָך ניט אין אַן איבערוועגענדער צאָל? און ווי קומט עס וואָס אידן זיינען בכלל אַ קליינע מינדערהייט צווישן די פעלקער? קומט ראש השנה און לערנט און אונטערשטרייכט:
זה היום תחלת מעשיך
– דער עיקר איז ניט כמות נאָר איכות, יעדער מענטש קען אויפטאָן אין זיין חלק אין וועלט, ביז – אַז איין
מענטש
קען אויפהויבן די גאַנצע וועלט. אַז ניט נאָר ער נאָר אַלץ אַרום עם זאָל דערפילן דעם
ה' מלך גאות לבש
, צו קרוינען דעם אויבערשטן אַלס מלך כל העולם כולו.
וואָס דאָס איז אויך דער
ערשטער
ענין פון תקיעת שופר – אַלס אַן אויסדרוק פון דער "קרוינונג" פון דעם באַשעפער און קעניג פון דער גאַנצער וועלט.
***
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוככי כלל ישראל, זאָל אויפטאָן דאָס אויבנדערמאָנטע אין זיין חלק אין וועלט, אַזוי אַז דורך דער
פאַראייניקונג
פון אַלע חלקים, וועט די גאַנצע וועלט אַנערקענען די ג-טלעכע מלוכה און עס וועט פאַרווירקלעכט ווערן און מקויים ווערן בקרוב ממש די תפלה, צוזאַמען מיט אַלע אונזערע תפלות:
מלוך על העולם כולו כו' וידע כל פעול
כי אתה פעלתו כו' ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל
מלך ומלכותו בכל משלה
– "קיניג אויף דער גאַנצער וועלט . . און זאָל יעדע באַשעפעניש וויסן אַז דו האָסט עס באַשאַפן . . און זאָל יעדער וואָס האָט אַ נשמה אין זיך זאָגן: ג-ט דער ג-ט פון אידן, קיניגט, און זיין מלוכה הערשט אומעטום".
בברכה לכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
מנחם שניאורסאהן
B"H, Days of Selichos, 5729.
Brooklyn, NY.
To the sons and daughters of Israel in every place—may Hashem be upon you and grant you life.
Shalom u'Vrachah!
It has already been emphasized several times that all matters in Torah—which means instruction and teaching—serve as guidance for daily life. The festivals naturally provide very important and general instructions, each according to its content: Pesach—Zman Cheiruteinu (the time of our freedom)—teaches us what true freedom is; Shavuos—Zman Matan Torateinu (the time of the giving of our Torah)—mainly teaches us to understand what Torah is; Sukkos—Zman Simchateinu (the time of our rejoicing)—gives us a deeper feeling and understanding of what joy is. Rosh Hashanah—which marks the time of creation: Zeh HaYom Techilas Maasecha Zikaron LeYom Rishon (This is the day of the beginning of Your deeds, a remembrance for the first day)—gives a general instruction about creation and about the purpose of all existence.
We focus on why Rosh Hashanah is called "the day of the beginning of Your deeds," when in fact it falls on the sixth day of creation. Our Sages explain: since man is the purpose and inner intent behind all parts of creation, with man’s arrival creation was completed and perfected—as if man himself represents all creation, and before he was created there was, so to speak, no true existence.
This raises a question: How can we say this when there is such a vast world besides man? As it says: Mah Rabu Maasecha Hashem (How many are Your works), Mah Gadlu Maasecha Hashem (How great are Your works)? On the contrary, considering all creation including mankind, humans are far fewer than animals, even fewer than plants, and even fewer than inanimate objects like earth or stones. The answer—and here lies one of Rosh Hashanah’s main teachings about creation—is that if we count by quantity, there are more inanimate things than anything else; then come plants; then animals; only then humans. But if we look at quality, it’s reversed: inanimate matter occupies the lowest place; above that are plants which grow but lack animal vitality or movement; higher still are animals who nonetheless are lower than humans because they lack human intellect—the highest among all creations.
Although an animal has intellect, its intellect serves only its natural needs. Human intellect—if one acts as a human being—is not merely a servant to physical needs like eating or drinking but is an end unto itself. More so: The goal and perfection of human intellect is not just that it shouldn’t serve only bodily needs but rather that all matters—even eating or drinking—become servants to intellect so that a person can ascend ever higher in intellectual and spiritual matters.
Yet this still isn’t true human perfection. True perfection is reached when intellect brings a person to recognize there is something higher than intellect itself—to the point where intellect becomes nullified before what transcends it. In clearer terms: Human perfection comes when one’s mind recognizes that both oneself—and together with oneself all existence—must strive to become nullified before Hashem, Creator and Director of everything.
This completeness was achieved by Adam HaRishon on the first Rosh Hashanah. Adam called out (and accomplished) throughout the world: Bo’u Nishtachaveh VeNikhra’ah Nivrecha Lifnei Hashem Osenu (Come! Let us bow down and kneel before Hashem our Maker). This awareness must permeate our daily lives—as seen from how each week’s Shir Shel Yom reflects this: On Friday (the day Adam was created), we recite "Hashem Malach Ge’ut Lavesh"—Hashem reigns; He has clothed Himself with greatness—because Adam immediately recognized G‑d’s sovereignty and elevated himself and all creation to be nullified before Hashem Osenu as King over all the earth.
The general lesson from all this in brief: When a person reflects on his life he sees that most activities seem material or worldly—eating, drinking, sleeping—with their preparations. Among people too there are far more materialistic individuals than spiritual ones; overall we see around us a vast physical world immersed in material concerns. This could sometimes lead to doubt or mistaken thinking—that perhaps material things are primary in this world.
Rosh Hashanah comes to teach us that truth is exactly opposite: Though for five days plus part of the sixth day various creations were made—in terms of quantity—the main thing is man who despite being quantitatively small is qualitatively central to creation’s purpose. And within man himself it’s not his body—the dust from earth—that’s primary but his soul which G‑d breathed into him at once (VaYipach BeApav Nishmat Chayim), a soul which is literally a part from Above. Only after man was created with this Divine spark did all existence gain value and completion so that man rightfully becomes "the beginning" among all parts of creation—Zeh HaYom Techilas Maasecha.
This leads to an even closer lesson: When someone tells a Jew he must study Torah and fulfill mitzvos daily according to G‑d’s command—the Creator Who watches over everyone everywhere at every moment—some may ask: If this truly is creation’s purpose why aren’t those who keep Torah and mitzvos yet in overwhelming numbers? Why are Jews such a small minority among nations?
Rosh Hashanah comes to teach—and emphasize—that Zeh HaYom Techilas Maasecha—the main thing isn’t quantity but quality; every individual can impact his portion in the world—even one person can uplift the entire world so that everything around him fulfills "Hashem Malach Ge’ut Lavesh," crowning G‑d as King over all existence. This also expresses itself in tekiat shofar—the coronation of G‑d as King over all creation.
May it be His will that each one within Klal Yisrael accomplishes this in his portion so that through uniting all parts together the whole world will recognize G‑d’s sovereignty—and soon will be fulfilled our prayer along with all our prayers: "Reign over the entire world… Let every creature know You made it… Let everyone with breath declare: Hashem Elokei Yisrael Melech u’Malchuto bakol mashalah"—King over all existence… And may every creature know You created it… And may everyone with a soul say: G‑d—the G‑d of Israel—is King; His kingdom rules everywhere.
Summary
The Rebbe teaches here that Rosh Hashanah reveals humanity's unique role as central to creation—not by numbers but by spiritual quality—and calls each person to recognize their power to elevate themselves and their surroundings by crowning G‑d as King through Torah observance.