9568 —9568

ב"ה,  ימי הסליחות, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י. — אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום — ה' עליהם יחיו
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  ימי הסליחות, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י. — אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום — ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איינע פון די

עיקר-ענינים

פון ראש-השנה איז – ווי עס איז שוין מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן – וואָס דאָס איז די צייט פון דער

הכתרה

("קרוינונג") פון דעם אויבערשטן, דעם מלך

ישראל

(קעניג פון די אידן) און מלך העולם (קעניג פון דער וועלט), וואָס

דאָס

איז פאַרבונדן מיט אונזער טיפער תפלה און

פנימיות'דיקער

בקשה (געבעט):

מלוך על העולם כולו

– "זיי אַ קעניג אויף דער גאַנצער וועלט!"

אַזאַ געבעט מיינט – אַ פולשטענדיגע גרייטקייט צו שטעלן זיך אין אַ צושטאַנד אין איינקלאַנג מיט דער ג-טלעכער קרוינונג. דאָס הייסט: אינגאַנצן צו אונטערוואַרפן זיך און איבערגעבן זיך צום מלך; ביז אַז די עצם

מציאות

פון דעם מענטשן און אַלץ וואָס ער האָט איז נאָר דעם מלך'ס. דאָס איז דער ענין פון

קבלת עול מלכותו יתברך

– "נעמען אויף זיך דעם יאָך פון ג-טלעכער מלכות", וואָס דריקט זיך אויס אין אַלע

איינצלהייטן

פון טאָג-טעגלעכן לעבן.

*              *              *

באמת איז יעדן טאָג דאַרף זיין און איז דאָ דער ענין פון קבלת עול מלכות שמים,

ובפרט

ווען מיר זאָגן קריאת-שמע. אָבער עס איז פאַראַן אַ גרונט-אונטערשייד:

אַלע טאָג איז דער ענין פון קבלת-עול דער אָנהייב און דער אונטערליגענדער יסוד פאַר דער אויפפירונג במשך פון דעם טאָג, אַז אַלע זיינע ענינים זאָלן געבויט ווערן אויף קבלת עול. אָבער ראש השנה איז די צייט ווען קבלת עול מלכותו איז

דער ענין

און אינהאַלט פון טאָג, זי ווערט

אַנטפּלעקט

און נעמט דורך די

גאַנצע מציאות

פונם מענטשן, אַזוי אַז ער ווערט אינגאַנצן בטל צו ג-טלעכקייט.

כדי

אַז די קבלת עול זאָל זיין אַ פולשטענדיקע און אַן אמת'ע – מוז דער מענטש פריער מאַכן אַ חשבון צדק (אַ ריכטיגן חשבון) פון זיין אויפפירונג ביז יעצט – מיט אַ טיפן געפיל פון חרטה און תשובה אויף די זאַכן וואָס האָבן ניט געטויגט. און אַן אמת'ע תשובה וואַשט אַראָפּ דאָס ניט גוטע און מאַכט עם

אהוב ונחמד קרוב וידיד

(באַליבט – באַם אויבערשטן – און אויסגעצייכנט אַ קרוב און אַ פריינד), ער איז ראוי און עס איז

זיכער

אַז דער אויבערשטער וועט אָננעמען זיין הכתרה און ערפילן זיין בקשה פון מלוך על העולם כולו.

*              *              *

יעדע תקופה און יעדער אָרט האָבן זייערע ספּעציעלע מעלות און ספּעציעלע שוועריקייטן,

אין אונזער תקופה הערשט אין פאַרשידענע קרייזן אַ דראַנג צו זעלבסט-שטענדיקייט און אומאָפּהענגיקייט, ניט נאָר אין מאַטעריעלע הינזיכטן נאָר אויך אין אידעאָלאָגישע: אַ דראַנג פון ניט וועלן זיך אונטערוואַרפן צו דער איינגעשטעלטער אָרדענונג, פון ניט אַנערקענען זאַכן איידער מען פאַרשטייט זיי פולשטענדיג מיטן אייגענעם שכל, אד"ג. דאָס איז לכאורה אַ שטער צו דעם ענין פון קבלת עול.

באַזונדערס אין אַזוינע מדינות וועלכע זיינען נאָך (פאַרהעלטניס-מעסיג) יונג און זיינען אויפגעבויט געוואָרן אויף דעם גרונט פון און דורך אייגן-איניציאַטיוו און ענערגיע, און וואו דער דאָזיגער גייסט כאַראַקטעריזירט די גאַנצע איינשטעלונג פונם פּערזענלעכן און געזעלשאַפטלעכן אַרט לעבן – מאַכט דאָס נאָך שווערער צו איינפּאַסן זיך אין די ראַמען פון קבלת עול.

ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעם, האָבן מיר דאָך דעם כלל,

אַז דער אויבערשטער פאָדערט ניט פון אַ מענטשן זאַכן וואָס זיינען איבער זיינע כוחות. איז וויבאַלד אַז קבלת עול מלכותו יתברך איז דער אינערלעכער אינהאַלט פון ראש השנה (און דער גרונט פאַר אַלע מעשים פון אַ גאַנץ יאָר) און דאָס איז גילטיג פאַר

אַלע

צייטן און ערטער, איז דאָך זיכער, אַז אויך אין אונזערע צייטן און אין די דערמאָנטע מדינות איז מעגלעך און מען מוז צוקומען צו אַ פולשטענדיגער קבלת עול מלכותו.

אין דער אמת'ן איז אויך דאָ אַ ספּעציעלע

מעלה

אין דעם – דוקא אין אונזער צייט און אין די דערמאָנטע מדינות: אַ מענטש וואָס איז ניט איינגעשטעלט אויסשליסלעך אויף זעלבסטשטענדיקייט, נאָר אַמאָל אַזוי און אַמאָל – פאַרקערט, איז ווען ער נעמט אָן אַן ענין פון קבלת עול, איז דאָס באַ אים ניט אַזוי גרינטלעך אָפּגעלעגט, וואָרום עס איז באַ אים קיין נייעס ניט חרטה צו האָבן און צו בייטן זיין שטעלונג. דאַגעגן אָבער אַזאַ וואָס איז ניט געוואוינט צו אונטערוואַרפן זיך און איז אומאָפּהענגיק אין זיין געדאַנקן-גאַנג, איז ווען ער קומט צו דער איבערצייגונג אַז ער מוז אַנערקענען אַ העכערע אויטאָריטעט, נעמט עס אים דורך טיפער און גרינטלעכער, און ער געפינט די שטאַרקייט צו איבערשטעלן זיך

אינגאַנצן

און אויף

שטענדיג

.

און דאָס דריקט זיך אויס באַ אים ניט נאָר אין געפיל און פאַרשטאַנד, נאָר אויך אין זיין מחשבה, דיבור און מעשה (טראַכטן, רייד און טאַט), ביז צום קלענסטן פרט. ואדרבה, וויבאַלד אַז דער גרעסטער טייל פון טאָג איז אָנגעפילט מיט מעשים און דיבורים, דריקט זיך דער קבלת עול מלכותו אויס בעיקר אין זיין ריידן און טאָן, אין דעם קיום פון די מצוות מעשיות און אין אַלע פרטים פון זיין טאָג-טעגלעכער אויפפירונג.

גלייכצייטיג ברענגט עס אים צו אַ

מער

ערנסטן און ענערגישן מקיים זיין די מצוה פון

ואהבת לרעך כמוך

, ספּעציעל בנוגע קבלת עול מלכותו יתברך: צו ווירקן אויף אַ צווייטן אידן, אויף מערערע

אידן

אַז

זיי זאָלן מקבל זיין עול מלכותו און אַז אויך באַ זיי זאָל עס ניט בלייבן בלויז אין שכל און געפיל, נאָר זאָל זיך אויך אויסדריקן אין מחשבה, דיבור און מעשה אין טאָג-טעגלעכן לעבן.

*              *              *

ויהי רצון אַז די קבלת עול מלכותו יתברך זאָל גלייך בריינגען דעם קבל ברחמים וברצון את תפלתנו (אָננעמען מיט רחמים און וויליג אונזערע תפילות) און אבינו מלכנו זאָל געבן יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, אַ שנה טובה ומתוקה אין אַלע הינזיכטן, בטוב הנראה והנגלה – מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן

Leave Feedback