ב"ה, ד' אייר תשכ"ו
ברוקלין.
מר שלום אליעזר שי'
שלום וברכה!
נאך א ליינגערן איבעריס באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער בריף פון אסרו חג הפסח, אין וועלכען איר פרעגט וועגען די סיבות פון די געשעהנישן אין די לעצטע יארען.
ובכלל האבען מיר א אלגעמיינע אנווייזונג אין אונזער תורה וועלכעס ווערט אנגערופען, תורת חיים, וואס דער מיין אין דעם איז ווי דער פשוט'ר אפטייטש, תורת חיים, א תורה וועלכע גיט אנווייזונגען אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און בפרט אין אלגעמיינע פאסירונגען, תמים תהי' עם ה' אלקיך,
פארלאזענדיק אויף השם יתברך, אז געוויס איז פראן א ריכטיגע ערקלערונג אויף יעדער זאך וואס פאסירט אין וועלט, און בפרט בנוגע צו ישראל עם קרובו, וואס השם יתברך רופט זיי אן מערערע מאל אין זיין תורה, בנים אתם לה' אלקיכם.
אייגענטליך איז דאס אויבען געשריבענע פארשטענדליך, אז ווי קען א מענש, וועלכער איז באגרעניצט אין שכל, און באגרעניצט (געמיינט ניט פאלקאם אויסשעפענד) אין וויסען פאלקאם די פאסירונגען (געמיינט אז ניט אלע איינצעלהייטען זיינען עם באוואוסט, און זיכער ניט דעם אויסגאנג אין דעם אונמיטעלבארען צוקונפט אין די לעצטע יארען) איז ווי קען ער באנעמען און פארשטיין דעם שכל כביכול פון הקב"ה.
און ווי באוואוסט דער פארגלייך אויף דעם, אז א קליין קינד זאל באגרייפען און באנעמען די אויפפירונג און טהאטען פון זקן וחכם בעל מדות גדולות, וואס דער אונטערשייד צווישען זיי, איז דאך בערך'דיקער, והראי' אז דער חכם גדול איז דאך געווען אין די זעלבע יארען ווי דער קינד, און מיט דעם זעלבן שכל, און דער קינד האט דאך די מעגליכקייט און האפענונג, אז מיט דער צייט, וועט ער אויך זיין א חכם גדול און אפשר נאך גרעסער פון עם, וואס בנוגע צו א מענשן און דעם בורא ית', איז דאך ניט קיין פארגלייך,
און אדרבה, אין דעם טייל וואס מען פארשטייט יע, און מען באגרייפט, אין דעם איז דא דער נייעס און וואונדער.
וואס דעריבער דאנקט מען השם יתברך אויף דעם, וואס ער גיט און שיינקט דעת - חונן הדעת -
און לויט געדיינקענדיג אונזער באגעגעניש, בין איך זיכער אז ס'איז ניט נויטיג צו מאריך זיין אין דעם אויבען געשריבענע.
בא דער געלעגענהייט ערלויב איך מיר צו ביילייגען דעם העתק פון מיין מכתב כללי צו דעם פסח, וואס האפענטליך וועט איר האבען א אינטערעס אין זיין אינהאלט
בכבוד ובברכה
לאמיר זיך פארשטעלען, א מענשן א גוט פארשטענדליך און מיט גוטע עטישע חושים און שכל, און די פראגען וועלכע ווערען ערוועקט בא עם, אבער ער איז אויפגעהאדעוועט געווארען אויף א אינזעל, און האט קיין אהנונג אין מעדיצינישע היילונג דורך אפעראצייעס, און פלוצלונג איז ער אדורך אין האספיטאל, אריין אין אפערציאנס צימער, און זעהט ליגען א מענשן אויף א טיש צוגעבונדן מיט שטריק. (ווי מ'האט דאס געטאן בעפאר מ'האט אויסגעפונען דעם איינשלעפערונג מיטעל) און
ארום עם שטייען עטליכע מענשן מיט מעסערס מיט פארשידענע אינסטרומענטען, און מען שניידט דעם מענשן אויפן טיש, און דער מענש שרייט מיט באנומענע קולות, איז דער אינזעל מענש ווען ער זעהט דאס, מאכט ער א געוואלד, און פרעגט ווי ערלויבט מען זיך דאס צו שניידען א מענשן און ניט לייגן קיין אכט אויף זיינע באנומענע קולות, איז דאך דאס וויילע ער - דער אינזעל מענש - האט קיין אהנונג פון דער אמת'ר כוונה פון דער אפעראציע, והנמשל מובן.
מר שלום אליעזר: שטאוב, טורונטו.
תמים תהי' עם ה' אלקיך: פ' שופטים יח, יג.
ישראל עם קרובו: תהלים קמח, יד.
בנים אתם לה' אלקיכם: פ' ראה יד, א.
אייגענטליך: בהבא לקמן ראה גם לעיל אגרת ט'קכד, ובהנסמן בהערות שם.
מיין מכתב כללי צו דעם פסח: דלעיל אגרת ט'קכב.
B"H, 4 Iyar 5726.
Brooklyn.
Mr. Shalom Eliezer, may he live.
Shalom u'Vrachah!
After a longer interruption, I confirm receipt of your letter from Isru Chag Pesach, in which you ask about the reasons for the events of recent years. In general, we have a universal directive in our Torah—which is called Toras Chaim (a Torah of life)—meaning it gives guidance for daily living, especially regarding major occurrences: Tamim tiheyeh im Hashem Elokecha ("Be wholehearted with the L‑rd your G‑d")—relying on Hashem Yisbarach, knowing there is certainly a true explanation for everything that happens in the world, and especially concerning Yisrael am kerovo ("Israel His close nation"), whom Hashem Yisbarach calls multiple times in His Torah: Banim atem laHashem Elokeichem ("You are children to the L‑rd your G‑d").
Essentially, as written above, it is understandable: How can a person—who is limited in intellect and knowledge (meaning not all details are known to him, and certainly not the outcome in the immediate future of recent years)—how can he grasp and understand the intellect, so to speak, of Hakadosh Baruch Hu? The well-known analogy applies here: Can a small child comprehend and accept the conduct and actions of an elderly sage with great qualities? The difference between them is only relative—the sage was once at the child's age and with the same intellect; the child has hope that with time he too will be a great sage or even greater. But between man and his Creator there is no comparison at all. On the contrary—in what we do understand and grasp lies novelty and wonder. Therefore we thank Hashem Yisbarach for granting us daas—Chonen HaDaas—and recalling our encounter, I am sure it is unnecessary to elaborate further on what was written above.
On this occasion I permit myself to enclose a copy of my general letter for Pesach, which hopefully you will find interesting.
With respect and blessing.
Let us imagine: A person with good understanding and ethical sense who grew up on an island with no knowledge of medical healing through surgery suddenly finds himself in a hospital operating room. He sees a person tied to a table (as was done before anesthesia was discovered), surrounded by several people holding knives and various instruments, cutting into him while he screams loudly. The islander would be shocked and ask how such cutting could be allowed without regard for his cries. This is only because he—the islander—has no concept of the true purpose of surgery. The lesson is clear.
Summary
The Rebbe teaches that while we may not always understand why events happen—especially difficult ones—we must trust in Hashem's wisdom and goodness. Just as one unfamiliar with medicine cannot grasp surgery's purpose, so too are G‑d's ways often beyond our comprehension.