ב"ה, זאת חנוכה, ה'תשכ"ה
ברוקלין, נ.י.
צו דער רעדאקציע פון "די אידישע היים" ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
צו דער געלעגנהייט פון דעם פינף-יאריגען יובילעאום פון "די אידישע היים", שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע מיטגלידער פון דער רעדאקציע, ווי אויך צו די חשובע לייענער, פון דער פארדינסטפולער צייטשריפט.
אין פארלויף פון די עטלעכע יאר פון דערשיינונג, האט "די אידישע היים", סיי מיטן אינהאלט און סיי אין אנדערע הינזיכטן, בארעכטיגט איר נאמען אלס אן עכט תורה-טרייע צייטשריפט פאר דער אידישער היים; א צייטשריפט וואס שטרעבט צו זיין אין איינקלאנג מיט דעם גייסט פון א אידישער היים, ווי א אידישע היים דארף זיין, און אויך פארשטארקען און בארייכערען דעם דאזיגען גייסט, דעם גייסט פון ריינקייט און קדושה, און מאכן ליכטיגער די אידישע היים מיט נר מצוה ותורה אור.
און זאל מען זיך ניט איינריידן, אז עס איז שווער צו פירן א אידישע היים ווי עס באדארף צו זיין. אדרבה, - באמת איז שווער פאר א אידן, מצד זיין גאנצן מהות אלס איד, צו פירן זיך אנדערש, ווייל אלץ וואס עס איז פרעמד, קעגן דעם גייסט פון תורה און מצוות איז אין קעגנזאץ צו זיין אינערלעכער נאטור און אינערלעכן וועזן. ווי דער אלטער רבי, בעל התניא והשולחן ערוך, האט זיך אויסגעדריקט: א איד, ניט ער קען און ניט ער וויל, זיין אפגעריסן פון ג-טלעכקייט.
די דאזיגע גרונט-השקפה ווערט אויך דייטלעך ארויסגעבראכט אין רמב"ם (ספר נשים הלכה ב' סוף פרק ב), אין צוזאמענהאנג מיט דער הלכה, אז ווען מען צווינגט א אידן צו טאן א מצוה, טוט ער די מצוה מיט אייגענעם ווילן. אויבערפלעכלעך שיינט דא צו זיין א ווידערשפרוך. דערקלערט אבער דער רמב"ם, אז יעדער איד וויל זיין א איד, און וויל טאן אלע מצוות און דערווייטערן זיך פון די עברות - נאר מצד איינרעדעניש מיינט ער אז ער וויל ניט. דער צוואנג איז דעריבער בלויז אום אראפצונעמען דעם צוואנג פון די פאלשע איינרעדעניש, וואס דאמאלס ווערט באפרייט זיין אמת'ער רצון צו טאן די מצוה פרייוויליג און גערן.
די אויפגאבע פון "די אידישע היים" איז צו העלפן די לייענער צו פארשטיין טיפער און בעסער ווי און וואס אן אמת-אידישע היים דארף זיין; צו פארדינען און בארעכטיגען דעם דאזיגען נאמען אין דער פולסטער מאס, אזוי אז עס זאל זיין א היים פאר דער ג-טלעכער שכינה, ווי דער אויבערשטער האט צוגעזאגט ושכנתי בתוכם - איך וועל רוען צווישן זיי, בא יעדן אידן און אין יעדער אידישער היים.
און וואו די שכינה רוט, דארט רוט אויך ברכה און הצלחה, מאטעריעל און גייסטיג.
לויט דער אנווייזונג פון אונזערע חכמים אין דער משנה (אבות, סוף פרק ה) איז פינף יאר א תקופה וואס באווייזט די פרוכט פון הצלחה אין דעם געביט פון השפעה און דערציאונג. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די הצלחה פון "די אידישע היים" אין די ערשטע פינף יאר זאל זיין א סימן ברכה און הצלחה אויף ווייטער, און אין א שטייגענדער מאס, ווי עס ווערט גראדע אין די טעג - ספעציעל אונטערשטראכן אין דער מצוה פון נר חנוכה: יעדע נאכט פון חנוכה דארף צוקומען נאך א ליכטל, וואס דערמאנט אונז, אז מ'דארף כסדר פארשפרייטן נר מצוה ותורה אור אין א שטייגענדער מאס,
און ווי דער רבי דער שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע זאגט: "מען דארף זיך צוהערן וואס די ליכטלעך דערציילען".
בברכה להצלחה - און אין אן אופן פון - מוסיף והולך ואור,
מ. שניאורסאהן
אלטער רבי... אויסגעדריקט: ראה גם לעיל ח"כ אגרת ז'תרס, ובהנסמן בהערות שם.
הלכה: הל' גירושין.
ושכנתי בתוכם... אידן: הובא בשל"ה פ' תרומה. ובכ"מ.
כ"ק אדמו"ר... זאגט: ראה גם לעיל חי"ד אגרת ד'תתקלט, ובהנסמן בהערות שם.
B"H, Zot Chanukah, 5725.
Brooklyn, NY.
Shalom u'Vrachah!
On the occasion of the five-year jubilee of "Di Idishe Heim," I send my greetings and blessings to the esteemed members of the editorial board, as well as to the valued readers of this meritorious periodical.
During these years of publication, "Di Idishe Heim," both in content and in other aspects, has truly earned its name as an authentically Torah-faithful journal for the Jewish home; a periodical striving to be in harmony with the spirit of a Jewish home—as a Jewish home ought to be—and also to strengthen and enrich this very spirit: the spirit of purity and holiness, making the Jewish home brighter with Ner Mitzvah v'Torah Or (the lamp of mitzvah and light of Torah).
One should not imagine that it is difficult to run a Jewish home as it should be. On the contrary—in truth, it is difficult for a Jew, by his very essence as a Jew, to conduct himself otherwise. Anything foreign or opposed to the spirit of Torah and mitzvos is contrary to his inner nature and being.
As the Alter Rebbe, author of Tanya and Shulchan Aruch, expressed: A Jew—neither can he nor does he want—to be separated from G‑dliness. This fundamental perspective is also clearly brought out in Rambam (Sefer Nashim, Hilchot Gerushin 2:20), regarding the law that when a Jew is compelled to perform a mitzvah, he does so with his own will. Superficially this seems contradictory. But Rambam explains that every Jew wants to be a Jew and wants to do all mitzvos and distance himself from transgressions—only due to mistaken thinking does he believe otherwise. The coercion is only meant to remove this false impression so that his true desire—to perform mitzvos willingly—can be revealed.
The task of "Di Idishe Heim" is to help readers understand more deeply what an authentic Jewish home should be; to merit and justify this name in its fullest sense—so that it will truly be a dwelling for the Divine Presence (Shechinah), as G‑d promised: V'Shachanti B'Tocham ("I will dwell among them")—that He will rest among every Jew and in every Jewish home. Where the Shechinah rests, there rests blessing and success—both material and spiritual.
According to our Sages' instruction in Mishnah (Avos end ch. 5), five years is a period that demonstrates fruitful success in education and influence. May G‑d grant that Di Idishe Heim's success over these first five years serve as a sign for continued blessing and success—in ever-increasing measure—as emphasized during these days by the mitzvah of Ner Chanukah: each night another light is added, reminding us always to spread Ner Mitzvah v'Torah Or ever more widely. As my revered father-in-law, the Rebbe zatzal said: "One must listen to what the lights are telling."
With blessings for success—and in an ever-increasing manner—Moshe Schneersohn
Summary
This letter highlights that every Jew's inner nature seeks holiness; even when challenged by outside influences or doubts, our true desire aligns with Torah values. The mission is continual growth in spreading light within our homes—making them true abodes for G‑dliness.