8921 —8921

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו   ב"ה, זאת חנוכה, ה'תשכ"ה — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, זאת חנוכה, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די פארבארייטונגען צו דער פארשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש (כ"א שבט הבע"ל) זיינען אין פולן גאנג. איך וויל האפן, אז יעדער איינער און איינע, וועמען דער ענין פון תורה ומצוות איז נאענט און טייער, וועט זיכער זיך באלד מאביליזירן בייצוטראגן זיין (און איר) חלק צו דעם דערפאלג פון דער יערלעכער אונטערנעמונג.

אלע אידישע ימים-טובים און טעג פון דערמאנונג, אריינברענגענדיג פריש לעבן אין טאג-טעגלעכן לעבן פון דער געגנווארט, פארבינדן די אידישע צוקונפט מיר דער אידישער פארגאנגענהייט. דאס איז אזוי אויך בנוגע די טעג פון חנוכה, ווי עס ווערט ספעציעל אונטערשטראכן אין נוסח ההודאה בימים ההם בזמן הזה.

חנוכה דערמאנט אונז דעם פארזוך פון דער אויסערלעכער וועלט אריינצודרינגען אין דער אינערלעכער אידישער וועלט - ניט אזוי דורך א באמיאונג אויסצוווארצלען תורה ומצוות אינגאנצן, ווי דורך א שטרעבונג אויסצוליידיגען תורה ומצוות פון זייער אינערלעכן גייסט פון קדושה און ג-טלעכקייט. דאס ווערט אונטערגעשטראכן אין דער חנוכה-תפילה: די יוונים האבן זיך באמיט להשכיחם תורתך - צו מאכן אידן פארגעסן דיין (ג-טלעכע) תורה, ולהעבירם מחוקי רצונך - און אראפפירן זיי פון די געזעצן פון דיין (ג-טלעכן) רצון. די תורה אלס א "חכמה", אדער אלס א "ליטערארישע קונסטווערט", אד"ג, איז ניט געווען אין סכנה; אויך ניט די אזוי-גערופענע "עטישע" און "שכליות'דיגע" מצוות. געשטעלט געווארן אין סכנה איז די טיפע אידישע אמונה אין תורת השם, דעם אויבערשטנ'ס תורה, תורה מן השמים, און מצות השם, דעם אויבערשטנ'ס מצוות. די דאזיגע סכנה איז פונקט אזוי ערנסט היינט ווי אמאל; די היינטיגע "יוונים" און זייערע אידישע מיטהעלפער און נאכטענצער די "מתיוונים", זיינען ניט ווייניגער געפערלעך פאר דעם אידישן קיום ווי די אמאליגע.

דעריבער איז היינט אזוי וויכטיג צו פארשטארקן און אויסברייטערן אזא מוסד ווי די ליובאוויטשער ישיבה, וואו לימוד התורה איז דורכגעדרונגען מיט קדושה און יראת שמים והידור מצוה, ועל כולם - מיט א געפיל פון אחריות און אהבת ישראל און מסירת נפש, ווי די חשמונאים פון אמאל, ארויסצוגיין אין גאס צו פארשפרייטן דעם נר מצוה ותורה אור, אלץ מער און מער, לויט דער הוראה פון נר חנוכה.

עס איז צו האפן, אז די עסקני הישיבה וחובבי תורה ומצוה בכלל וועלן אויסנוצן די געציילטע וואכן צום יערלעכן דינער צו פארשטארקען זייערע באמיאונגען און זייער אנטייל, אויך אין א שטייגענדער מאס, צו פארזיכערן די פינאנציעלע און גייסטיגע הצלחה פון דער יערלעכער אונטערנעמונג. בזכות זה וועט יעדער איינער און איינע פון די טוער און שטיצער זוכה זיין צו א תשועה גדולה אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, פאר זיי און זייערע בני בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 297.

חנוכה: ראה גם לעיל אגרת ח'תשכג, ובהנסמן בהערות שם.

Leave Feedback