ב"ה, י"ד כסלו, תש"כ
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף, וועלכען איר הויבט אן מיט אן ערקלערונג, אויף דעם ארט אנהויב פון בריף.
זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס איז גאר ניט נויטיג, און בפרט אז שרייבענדיג א בריף צו א צווייטען, און מ'וויל אז דער צווייטער זאל ענטפערן און ס'זאל זיין א נוצען פון דעם צונויפשרייבען זיך, דארף דאך דאס געשריבען ווערען ווי מ'פילט.
איך מוז אבער אויך ענטפערן אויף דער ערקלערונג אייערע, מיט וועלכעס איר ווילט בארעכטיגען אייער אויסשפראך "אז איר זייט ניט קיין חסיד", און באלד נאך דעם, זאגט איר, אז אייער פאטער איז געווען א חסיד וכו', איז דאך דאס א סתירה מני' ובי'.
ווארום אויב עס גייען איבער בירושה, אויבן אויפיגע תכונות (אייגענשאפטען), איז דאך פארשטענדליך, אז אין א פיל טיפערע און אין א פיל גרעסערער מאס, ווערן איבערגעגעבען צו קינדער, די תכונות הנפש, וועלכע זיינען געווען פיל פיל טיפער און מערער איינגעקריצט בא די עלטערן.
און לויט אייער בריף, שטעל איך מיר פאר, אז אייך איז באקאנט, אויף וויפיל דורכגענומען פון און ווי טיף איז דער געפיל פון א חסיד, און בפרט אין דער תקופה פון אייערע עלטערן, לויט דעם היינטיגן אויסשפראך "אין דער אלטער היים", אויף וויפיל דער געפיל איז געווען צונויפגעבונדען, מיט זיין נשמה-לעבען, און דעריבער איז דאך זיכער, אז דאס גייט איבער בירושה צו קינדער, נאר אזוי ווי אנדערע תכונות, איז א טייל זיינען שוין טעטיגע און ווירקזאמע, און א טייל, ווארטען אויף א פאסענדע געלעגענהייט, און א טייל פון זיי אפשר - וועלכע מ'וויל אויסבאלטען אדער שטערן פון צו זיין טעטיג און ווירקזאם, אבער דאך איז זיכער, אז זיי זיינען פאראן און עקזיסטירן, אט אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך און ווי יעדער פראנענע זאך אין דער וועלט, קען מען דערפון ניט מאכען אויס-פראן - (העכסטענס קען מען נאר בייטען דעם פארם (פורם - צורה) פון דער זאך, אבער ניט מאכען פון דעם פאראן, ווי גאר קיינמאל ניט געווען, ד.ה. איידער דער באשאפונג פון דער זאך) - אפילו ווען מ'וויל קעמפען געגען דעם, און בפרט אז איך בין זיכער אז בא אייך איז ניט דער פאל אזוי, העכסטענס אפשר ווי דער אנדער פאל, אז עס ווירקט ניט, און אפשר אויך א געפיל, אז ס'איז גלייכער ניט דערלאזען די ווירקונג, און עס זאל זיך ניט ארויסמאנען דאס וואס חסידות פאדערט, וואס דאס וועט דאך בריינגען צו באשריינקען זיך, און צו זיין אנדערש פון דער גאנצער סביבה, וועלכעס פאדערט אנשטריינגונג, וואס ניט שטענדיג וויל מען דאס האבען.
די לאנגע הקדמה, איז, פארשטענדליך ניט געשריבען געווארען לויטן אויסשפראך, לשם דרשה בעלמא, און ניט ח"ו לשם מוסר, נאר אום צו ארויסבריינגען, מיין השקפה, אויף מענשן פון פערשידענע קרייזען, מיט דער האפנונג, אז זיי וועלען קומען צו דער איבערצייגונג, אז בא יעדערן פון זיי, איז אין זיינע טיפעניש, פאראן א אוצר פון אומגעהוירן ווערט, במילא איז דאך א שאד יעדער טאג, וואס מ'נעמט עס ניט ארויס אויף דער אויבערפלאך אום צו ווירקען און אויפטאן מיט עם, ביז אין טאג טעגליכען לעבען, און זיכער וועט די באפרידיגונג זיין אויף אזוי פיל, אז ניט באטרעפליך איז די אנשטריינגונג וואס דאס פאדערט, צו ארויסבריינגען עפענטליך אט דעם טיף באהאלטענעם פארמאגטען אין זיך אוצר.
און איבערגייענדיק צום צווייטען פאראגראף פון אייער בריף, עס פאדערט זיך גאר ניט אמונה אין א צווייטען, נאר די אמונה אין זיך אליין, אין זיין אייגענעם איד, וואס דאס איז, ווי דער אויסשפראך פון רבנו הזקן אין זיין ספר התניא, ונפש השנית בישראל היא חלק אלקה ממעל ממש.
איך וויל מיך ערלויבען צו שרייבען, חאטש בקיצור, בהנוגע צום שלוס פון אייער בריף, וואס איר דערמאנט וועגען אייער טאכטער תחי'.
אז די בעסטע איינווירקונג אויף "תלמידים", אויף קינדער איינגעשלאסען, איז ניט אזויפיל דורכן ריידין, אפילו ווען דאס ווערט ווידערהאלט מערערע מאל, ווי דורך זיין א לעבעדיקער מוסטער, און ווען מ'וויל האבען בא יענעם הונדערט פראצענט, מוז מען אליין צוגעבען אויף די הונדערט פראצענט בא זיך, און אריינטראכטענדיק זיך, אז דאס דארף ווירקען בא קינדער אויף יארען און יארען, און אז השם יתברך בענטשט מיט אייניקלעך - האט דאס א ווירקונג אויך אויף זיי, איז דאך יעדער אנשטריינגונג אין דעם ווערט און בארעכטיגט, און ווי דער פתגם, עד סוף העולם (הדורות) קען עס דערגרייכן.
בכבוד ובברכה לבשורות טובות בכל האמור.