5771 —סוד הקיום היהודי ותפקיד התורה והמצוות

The Secret of Jewish Survival and the Role of Torah and Mitzvos

ב"ה, סליחות טעג, ה'תשי"ז ברוקלין, נ.י.
The letter explores the unique survival of the Jewish people, emphasizing that their continued existence is not due to material strength, language, or culture, but solely because of adherence to Torah and mitzvos. The Rebbe urges steadfastness in Jewish identity and observance as the true source of strength.

ב"ה, סליחות טעג, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

שטייענדיק אויפן שוועל פונם נייען יאר, אין די טעג פון חשבון-הנפש, פון דעם יחיד אלס יחיד און אלס א טייל פון דעם כלל, איז די אריינטראכטונג אין דעם עולם קטן זה האדם קען פיל באלויכטן דעם צוועק און תכלית פונם מענטשן אין דעם עולם גדול;

אין דעם מענשליכן קערפער זיינען פאראן שותפות'דיקע פונקציעס, מיט דער באטייליטקונג פון פילע אברים, און ספעציעלע פונקציעס פאר יעדן אבר באזונדער. פאר דער ספעציעלער אויפגאבע פון אן אבר פאדערט זיך, נאטירלעך, א ספעציעלע אנשטרענגונג, אין דער צייט ווען די געמיינזאמע פונקציעס ווערן דורכגעפירט פיל לייכטער.

וואס וואלט פאסירט ווען אן אבר הערט אויף צו פונקציאנערן אלס א יחיד, נאר ווענדט אן זיין גאנצע ענערגיע פאר דער ארבעט בשותפות מיט אנדערע אברים?

אויף דעם ערשטן אויגנבליק קען זיך אויסווי'זן, אז דאס וואלט געווען א געווינס סיי פאר דעם באטרעפנדן אבר - איינשפארנדיק ספעציעלע מי, און סיי פאר דעם גוף - דורך דעם וואס דער אבר וועט קענען פארגרעסערן זיין חלק אין דער בשותפות'דיקער ארבעט און ניט זיין אויסגעטיילט פון די אנדערע אברים.

פאקטיש אבער, וואלט דאס געווען קאטאסטראפאל פאר ביידען: דער אבר וואס הערט אויף דורכצופירן זיין באזונדערע פונקציע, פארלירט זיין גאנצן מהות וואס איז פארבונדן דווקא מיט זיין באזונדערע אויפגאבע. נאכמער, דאס אפשטעלען די נארמאלע פונקציע, שוואכט אפ דעם אבר ביז ער ווערט אינגאנצן נוצלאז ניט נאר פאר דעם דורכפירן פון זיינע אייגענע פונקציעס, נאר אפילו פארן בייטראג צום גוף בכלל. דער חסרון אין דעם באטרעפנדן אבר מוז זיך אפרופן און שעדיקן דעם גאנצן גוף, און די רעזולטאטען קענען זיין גאר ערנסטע אויב דער באטרעפנדער אבר איז א לעבנסוויכטיקער.

וואס עס איז דא געזאגט געווארען אין באצוג צו די אברים פון קערפער איז ריכטיג אויך אין באצוג צו דעם מצב פון יעדער יחיד אין זיין גרופע; א גרופע - אין א פאלק; צו א פאלק אין דער אלגעמיינער מענטשהייט. זיכער איז דאס אזוי אין אונזער פאל, אין שייכות מיט א אידן, א אידישן קיבוץ, און דעם כלל ישראל צווישן די פעלקער פון דער וועלט.

דער אידישער פאלק, וואס איז שוין פון לאנג באצייכנט געווארן אז ער איז "המעט מכל העמים", איז א קליינע מינאריטעט צווישן די פעלקער. דער איד, אלס יחיד, איז א מיעוט אין זיין סביבה; אפילו צווישן אייגענע ברידער פאסירט ליידער אז דער איד וואס לעבט ווי א איד דארף לעבן, דאס הייסט אין איינקלאנג מיט דער תורה און מצוות, איז ער אויך, צום באדויערן און צער, ניט אין דער מערהייט, ווייל די מערהייט האט זיך נאך ניט אריענטירט וואס איהר אמת'ע אויפגאבע איז.

עס איז נאטירלעך לייכטער צו באשטימען די ספעציפישע פונקציע פון אן אבר אין גוף ווי פון א פאלק צווישן פעלקער. אבער אין פאל פון אונזער פאלק ישראל, איז דאס גאר ניט שווער, נעמענדיק אין אכט, אז אידן זיינען איין-און-איינציק אין דער וועלט מיט זייערע פארשידנארטיקע עקסטרעמע איבערלעבונגען און פיל-טויזנט-יעריקע געשיכטע. דורך אן איינפאכע בעטראכטונג, קען מען גאנץ לייכט געפינען דעם צד השוה, דעם כאראקטעריסטישן שטריך וואס איז שטענדיק בייגעווען בא אידן אין די פארשידענע תקופות און איבערלעבונגען, וואס דערמיט איז פארבונדן דער עצם מהות און קיום פון אונזער פאלק.

אן אביעקטיווער איבערבליק, אן פאראורטייל, איבער דער לאנגער אידישער געשיכטע, מוז בריינגען צו דעם שלוס, אז דער קיום פון אונזער פאלק איז זיכער ניט פארבונדן מיט מאטעריעלן וואוילזיין, אדער פיזישער מאכט. אפילו אין די בעסטע צייטן אונטער דער פאראייניקטער מלוכה פון שלמה המלך, איז דאס אידיש פאלק און מלוכה - פאליטיש און עקאנאמיש - געווען קליין אין פארגלייך מיט די וועלט מלוכות פון יענער צייט, מצרים, אשור און בבל. אויך איז קלאר, אז ניט מלוכה'שאפט אדער געאגראפישער באדן האט פארזיכערט אונזער עקזיסטענץ, ווארום אונזער געשיכטע אלס א פאלק מיט א מדינה אויף אייגענעם לאנד איז גאר א קורצע אין פארגלייך מיט אונזער גלות-געשיכטע, אן א מלוכה און אן א לאנד. דאס גלייכן קען די שפראך ניט באטראכט ווערן אלס לעבנס-וויכטיקער עלעמענט פון אונזער קיום, ווארום נאך גאר אין די אוראלטע צייטן האט אראמיש פארנומען דעם ארט פון דער פאלקס - שפראך; טיילן פון תנ"ך, כמעט דער גאנצער תלמוד בבלי, דער זוהר א"א זיינען געשריבען געווארען אין דער אראמיער שפראך. אין די צייטן פון ר' סעדי' גאון און רמב"ם איז אראביש געווען די שפראך פון די גרעסטע אידישע פאלקס-מאסן, און שפעטער אידיש און אנדערע שפראכן. אויך קען מען ניט זאגן, אז א געוויסע אלגעמיינע קולטור אדער וויסנשאפט האט פארזיכערט דאס עקזיסטענץ פון אונזער פאלק, וויל דאס האט זיך ראדיקאל געענדערט פון איין תקופה צו דער צווייטער.

עס בלייבט בלויז איין זאך, וואס איז א צד השוה פאר אלע צייטן, אלע לענדער און אלע אומשטענדן פון אונזער געשיכטע - די תורה און מצוות וואס אידן האבן אפגעהיט אין טאג-טעגליכן לעבן מיט דער גרעסטער מסירות נפש.

אודאי זיינען געווען, פון צייט צו צייט, איינצעלנע אדער גרופען, וועלכע האבן אפגענויגט פון דעם דרך התורה והמצוה. אין די צייטן פון בית-ראשון זיינען געווען די עבודה-זרה'ניקעס פון בעל א.א.; אין דער צייט פון בית-שני - די מתיוונים (העלעניסטן); די אסימילאטארן פון אלעקסאנדריע; די קאראאימער א.א. אבער די אלע זיינען אינגאנצען פארשוואונדען געווארען פון דעם לעבען פון אידישן פאלק (נאך דעם פארשאפען פיין און צרות ניט נאר זיך נאר אויך דעם כלל ישראל). בלויז די גאלדענע קייט פון תורה און מצוות איז ניט אונטערבראכן געווארען, און מיט תורה און מצוות האט אונזער פאלק דורכגעמאכט דעם לאנגען וועג פון דעם בארג סיני ביז היינטיקן טאג. יעדער איינער מיט א שכל הישר, וואס איז מודה על האמת, מוז קומען צום באשלוס, אז דער קיום און עצם מהות פון אונזער פאלק איז פארבונדן מיט א תורה ומצוות לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו.

דערפון קומט דער לאגישער אויספיר:

די שיטה פון נהי' ככל הגוים (זיין ווי אלע פעלקער), איז ניט נאר וואס זי קען ניט העלפן פארזיכערן אונזער עקזיסטענץ. נאר זי שטעלט דעם עצם קיום פון עם ישראל אין סכנה ח"ו. מיט נאכמאכן די ניט-אידישע וועלט וועט מען זיך ניט איינקויפן זייער פריינטשאפט, און פארקערט, נאך פארגרעסערן זייער שנאה.

דאס גלייכן, די אידן אדער אידישע קרייזן, וועלכע זוכן נושא-חן צו זיין בא די חפשים (פרייע) דורך פשרות און נאכגעבען אין עניני תורה ומצות - ניט נאר שוואכן זיי דערמיט אפ זייערע אייגענע פאזיציעס און פארשטארקן די כוחות פון די חפשים, און שטעלן אין סכנה ח"ו דעם עצם קיום פון כלל ישראל, נאר אפילו די דערווארטעטע "פארדינסטען" זיינען ניט מער ווי איינבילדונגען און איינרעדענישען, ווארום אנשטאט דערנענטערונג און כבוד רופט אזא שיטה ארויס בלויז פאראכטונג און שפאט און מיט רעכט. ווארום א קליינע פשרה היינט, ברענגט צו א גרעסערער פשרה מארגען, און א פשרה היינט אין מצות וואס זיינען בין אדם למקום, ברענגט צו א פשרה מארגען אין מצות וואס זיינען בין אדם לחבירו, די פעסטקייט אין דעם אננעמען פון אנכי ה' אלקיך און זכור את יום השבת לקדשו - האלט אויך פעסט דעם אפהיטען פון לא תרצח און לא תגנוב.

אין דער איצטיקער צייט פון חשבון הנפש, וועלן געוויס, אחינו בני ישראל בכל מקום שהם, ה' עליהם יחיו, סיי יחידים, סיי קיבוצים און באוועגונגען (און וואס גרעסער דער קיבוץ, אלץ גרעסער זיינע מעגלעכקייטען און צוגלייך זיין פאראנטווארטלעכקייט), זיך ערנסט אריינטראכטן און אפגעבן זיך א חשבון-צדק, מיט דער פולער אנערקענונג פון דער מציאות און אמת'ן אמת:

אז דער קיום פון אונזער פאלק הענגט אפ אינגאנצען און נאר פון קיום התורה ומצות אין טאג-טעגליכען לעבן, פון יחיד און פון ציבור.

דער סוד פון אונזער קיום אלס פאלק איז "הן עם לבדד ישכון", אז יעדער יחיד, מאן, פרוי און קינד, דינט בלויז ה' אחד, לויט אונזער תורה אחת, וואס איז אייביג און קען ניט געענדערט ווערן ח"ו. אונזער "אנדערשקייט" איז ניט אונזער שוואכקייט, נאר אונזער שטארקייט. בלויז אין דעם וועג פון תורה און מצות קענען מיר דערפילן אונזער עקריות'דיקע און מהות'דיקע אויפגאבע וואס דאס איז לויט דעם אנזאג פון דעם באשעפער פון דער גאנצער וועלט - זיין א "ממלכת כהנים וגוי קדוש" און דורכדעם אויך "סגולה" פאר דער גאנצער מענטשהייט.

מיט א הארציגען וואונש פון א כתיבה וחתימה טובה פאר א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

מנחם שניאורסאהן

 

B"H, Selichos days, 5717.

Brooklyn, NY.

To the sons and daughters of Israel in every place—may Hashem be upon you and grant you life.

Shalom u'Vrachah!

Standing at the threshold of the new year, during these days of soul-searching—both as individuals and as part of the collective—it is worthwhile to reflect on the concept that "this world is a small man." This can greatly illuminate the purpose and goal of a person in this great world; just as in the human body there are joint functions involving many organs and special functions unique to each organ. For a specific task of an organ, naturally, special effort is required, while joint functions are performed much more easily. What would happen if an organ stopped functioning individually and devoted all its energy only to working together with other organs? At first glance it may seem this would benefit both—the organ would save effort, and the body would gain from increased participation in joint work. In reality, however, this would be catastrophic for both: the organ that ceases its unique function loses its entire essence tied specifically to its special role. Moreover, stopping its normal function weakens it until it becomes entirely useless—not only for its own tasks but even for contributing to the body as a whole. The deficiency in that organ must affect and harm the entire body, with potentially very serious results if it is a vital organ.

What has been said regarding bodily organs applies equally to every individual within their group; a group within a nation; or a nation within humanity at large. Certainly this is true for our people—the Jewish people—and for every Jew or Jewish community among the nations of the world.

The Jewish people—long described as "the smallest among nations"—are a tiny minority among peoples. The Jew as an individual is also a minority in his environment; even among his own brothers it sadly happens that one who lives as a Jew should—in harmony with Torah and mitzvos—is unfortunately not in the majority, since most have not yet oriented themselves toward their true purpose.

It is naturally easier to define an organ's specific function in a body than that of a nation among nations. But for our people Israel this is not difficult at all when considering that Jews are unique in their extreme experiences and multi-millennial history. Through simple reflection one can easily find the common denominator—the characteristic trait always present among Jews throughout different periods and experiences—which connects to our people's very essence and existence.

An objective overview—without prejudice—of our long Jewish history must lead to the conclusion that our people's survival is certainly not due to material well-being or physical power. Even at our best times under King Shlomo's united monarchy, we were politically and economically small compared to contemporary world empires like Egypt, Assyria, and Babylon.

It is also clear that neither sovereignty nor geographic territory ensured our existence—for our history as a nation with its own land is quite short compared to our long exile without kingdom or land. Similarly, language cannot be considered an essential element for our survival: already in ancient times Aramaic replaced Hebrew as the vernacular; parts of Tanach, nearly all Talmud Bavli, Zohar etc., were written in Aramaic. In Rav Saadia Gaon's and Rambam's times Arabic was spoken by most Jews; later Yiddish and other languages prevailed.

Nor can it be said that any particular general culture or science ensured our people's existence—for these changed radically from one era to another. Only one thing remains constant throughout all times, lands, and circumstances: Torah and mitzvos which Jews have observed daily with utmost self-sacrifice.

Certainly there were individuals or groups who deviated from Torah observance—from idol worshippers during the First Temple era; Hellenists during Second Temple times; assimilators in Alexandria; Karaites etc.—but all these disappeared entirely from Jewish life (after causing pain not only for themselves but also for Klal Yisrael). Only the golden chain of Torah and mitzvos was never broken—and with Torah and mitzvos our people traversed the long journey from Sinai until today.

Anyone with honest intellect must conclude: The survival and very essence of our people depends on living according to Torah and mitzvos—"for they are our life and length of days." The logical outcome: The approach "let us be like all nations" cannot ensure our existence—it actually endangers Am Yisrael itself chas v'shalom. Imitating non-Jewish society will not buy us their friendship; on the contrary—it increases their hatred.

Similarly, Jews or circles who seek favor among secularists by compromising on matters of Torah and mitzvos—not only do they weaken their own positions while strengthening those secular forces (and endanger Klal Yisrael itself chas v'shalom), but even their expected "gains" are nothing more than illusions—for instead of closeness or honor such an approach brings only contempt—and rightly so! For a small compromise today leads to greater compromise tomorrow; compromising today on mitzvos between man and G‑d leads tomorrow to compromise on mitzvos between man and fellow man. Firmness in accepting "Anochi Hashem Elokecha" (I am Hashem your G‑d) and "Zachor es yom haShabbos lekadsho" (Remember Shabbos day to sanctify it) also upholds "Lo tirtzach" (Do not murder) and "Lo tignov" (Do not steal).

In this time of soul-searching surely our brethren everywhere—whether individuals or communities (and the larger the community, so too its capabilities—and responsibility)—will seriously reflect upon themselves with full recognition of reality: Our people's survival depends entirely—and only—on keeping Torah and mitzvos daily by both individuals and communities.

The secret of our existence as a people is "Hein am levadad yishkon" (Behold! A nation that dwells alone)—that each individual—man, woman or child—serves only Hashem Echad according to our one eternal Torah which cannot ever be changed chas v'shalom. Our "difference" is not weakness but strength! Only through Torah observance can we fulfill our essential mission—to be "a kingdom of priests and holy nation," thereby being "a treasure" for all humanity.

With heartfelt wishes for a kesivah v'chasimah tovah—for a good sweet year materially AND spiritually together!


Summary

The Rebbe teaches that unwavering commitment to Torah and mitzvos has preserved Jewish identity through history’s challenges. True strength lies in embracing this uniqueness rather than seeking acceptance through assimilation or compromise.

Leave Feedback