159 —המטרה של מחנה ישראל והמשמעות העמוקה של תפילין

The Purpose of Machne Israel and the Deeper Meaning of Tefillin

צבי פאלמער — Zvi Palmer   ב"ה יום ה' א' תמוז ה'תש"ד ברוקלין, נ. י.
The Rebbe explains the founding purpose of Machne Israel: to publicize the true value of Judaism and address questions about Torah and mitzvos. He elaborates on the unity in Jewish life, especially through tefillin, which harmonizes mind, heart, and action.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה יום ה' א' תמוז ה'תש"ד

ברוקלין, נ. י.

הנכבד והנעלה מר צבי פאלמער שי' ניו-דזשערסי

שלום וברכה!

אייער ברודער, דער זייער געערטער מר שלמה שי' פאלמער האט מיר דערציילט וועגען אייך, און אויף דעם גרונד, שרייב איך דעם בריף.

צוערשט א פאר שורות וועגען דעם ציעל פון דער חברה "מחנה ישראל".

"מחנה ישראל" האט מיין שווער, דער ליובאוויטשער רבי הרב יוסף יצחא שניאורסאהן שליט"א, געגרינדעט מיט דעם צוועק - צווישען נאך אנדערע צוועקען אויף באקאנען און מפרסם זיין בא אידען פון אלערליי קרייזען דעם ריטיגען מיין או הויכען ווערט פון אידעשקייט, און אויך ענטפערען אויף די מעגלעכע שאלות, וואס עס קענען זיך ערוועקען בנוגע יהדות, תורה און מצות.

לויט ווי אייער ברודער האט מיר אייך פארגעשטעלט, האט איר אינטערעס אין די פרעגען, איז דערמיט ערקלערט זיך מיין שרייבען צו אייך, אויף צו זאגען אז מיר זיינען גרייט צו שטיין אין קאנטאקט און לויט אונזערע ידיעות מיט פרעגעניגען, ערלויטערען פעאשידענע פרטים, וואס זיינען פארבונדען מיט די אויבען דערמאנטע פראגען.

* * *

איינע פון די הויפט געדאנקען פון אידעשקייט איז אחדות, ניט נאר אמונה אין ד' עחד ותורה אחת, נאר אויך אחדות בא יעדען מענטשען אין זיין אינערלעכין לעבען.

אין געגענזאץ צו שיטות וואס זאגען אז מ'דארף נאכגעבען דעם גוף ניט רעכענדיק זיך מיט דער נשמה, אויך אפילו אין געגענזאץ צו דער שיטה וואס זאגט אז מ'דארף שטענדיג פייניגען און מאטערען דעם גוף כדי די נשמה זאל זיין אלעמאל גענצליך און געבונדען דורך דעם גוף, זאגט שיטת התורה אז אבוואהל די נשמה דארף און מוז אנפירען מיט דעם מענטשען, אבער איר אויפגאבע איז ניט - פייניגען דעם גוף, נאר זעהן אז ער - דער גוף - זאל זיך פיהרען, געזונטערהייט, לויט ווי די תורה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים, האט עם אנגעווייזען.

אחדות אין נשמה לעבען בפרט: עס איז דא דריי מיינונגען וועגען דער ריכטליניע פון מענטשליכען לעבן:

א) איין שיטה האלט אז מען דארף זיך ריכטען אויסשליסליך נאכן קאלטן שכל קאפ, לאגיק.

ב) א צוויטע שיטה זאג"ט אז מ'זאל זיך רעכענן נאר מיט דער הארץ און ווארעמען געפיל.

ג) דריטע זאגען, אז וואס מ'טראכט אדער פילט אין הארצן איז ניט אזוי נוגע, די הויפט זאך איז אז אין מעשה - טהאטען - זאל מען זיך פירען ווי עס דארף זיין.

זאגט די תורה און פסק'נט אפ, אז א מענטש דארף זיין א שלם, ער דארף שטרעבען צו זיין פערפעקט. און אדם השלם קען מען זיין נאר דאמאלסט, אויב מען בעהמיט זיך אז די קאפ, די הארץ און די האנד (סימבאל פון גוף) זאלען אלע זיין באחדות און הארמאניערען אין זייערע אויפפירונגען לויט דעם אויבערשטענ'ס אנווייזונגען.

און אזוי וויכטיג איז די ריכטליניע, אז רז"ל ערקלערן אונז אז דאס איז איינע פון די געדאנקען פון דער מצוה פון תפילין: אז א איד וועט לייגען תפילין זאל ער זיך דערמאנען אז די האנט (תפלה של יד) די הארץ (אנקעגען וועכלער מען דארף לייגען די תפלה של יד) און די קאפ (תפלה של ראש) מוזען אלע איינשטימען צווישען זיך און לעבען א אידישען תורה לעבען.

נאך טיפער: דער מקיים זיין די מצוה פון תפלין, די מעשה אליין פון לייען די תפלין, וועט שטארקען דעם אידן און אונגעהויער פארגרעסערן זיינע נשמה כחות אויף דורכפירען אין זיין לעבען די הארמאניע פון האנד, הארץ און קאפ אין דעם תורה וועג.

כאטש מיר פארשטייען ניט ווי קען די מעשה פון הנחת תפלין ווירקען אויף די כחות הנשמה, פונקט ווי א קינד באגרייפט ניט די שייכות צווישען דעם ברויט וואס ער עסט, מיט דעם וואס די נשמה זאל באלעבען זיין גוף.

אויף ווי וויכטיג די מצוה פון תפלין איז קען מען זעהן פון פארשידענע ערצעהלונגען און ערקלערונגען פון חז"ל, איך וועל דא בריינגען נאר א פאר:

א) (קידושין לה, א) הוקשה כל התורה כולה לתפלין - די גאנצע תורה מיט אלע מצוות זיינען געליכען - און פארשידענע פרטים פון זיי קענן אפגעלערנט ווערען - פון דער מצוה פון תפלין.

ב) כאטש די מצוה פון תפילין קען מען יוצא זיין מיט לייגען זיי איינמאל במשך פון טאג און נאר אין שול אדער בא זיך אין דער היים, פלעגט מען אבער, ווען מענשטען זיינען געווען ריינער ון מעהר צוגעטראגען צו רחוניות'דיגע זאכען, טראגן תפילין א גאנצען טאג און סיי אין דער שול און היים סיי אין סטריט.

אויף ווי פיל אלע האבען געהאלטען און אפגעהיט די מצוה - איז צו זעהן פון דעם וואס די גמרא (שבת קל, א) באקלאגט זיך, דערציילענדיג וועגען דער בעציהונג אין א בעשטימטער צייט צו תפלין.

עס איז דאמאלס געווען א גזרה, אז דער וואס וועט טראגען תפלין וועט מען עם הארגענען.

קען מען מיינען אז מ'האט אויפגעהערט לייגען תפילין? - ניין, אויף דעם האט די גמרא ניט וואס צו באקלאגען זיך, מ'האט ווייטער געלייגט תפילין.

מיינט מען אז מ'איז זיך בעגיינגען מיט דעם מוז פון מצות תפילין אליין, מיט'ן לייגען איינמאל א טאג, וואס דערמיט איז מען יוצא די מצוה פון תפילין? ניין, דאס אויך ניט דערציילט די גמרא, מ'האט געטראגען תפילין אין גאס גייענדיג אויך ניט קוקענדיג אויף דער לעבענס געפאר, אזוי וויכטיג און טייער איז אפילו דאמאלסט געווען תפילין בא אידען.

אזוי ווי אבער איינצעלנע מענשען האבען דאס לעצטע געטאן ווי צום ביישפיל אלישע בעל כנפים, באטראכט עס די גמרא פאר ניט גענוג מסירות נפש לויט ווי מצות תפלין פארדינט.

תוספות ערקלערט נאך מעהר, אז אויף דעם איז אויך ניט געווען וואס צו באקלאגען זיך, אין וואס זשע פארט האט זיך אויסגעדריקט דאס וואס די מצוה פון תפילין איז געווען ניט אזוי שטארק בא אידען ווי זי האט געדארפט זיין, און וואס די גמרא באקלאגט זיך אויף דעם און וואונדערט זיך אויף דעם?

בריינגט די גמרא א ביישפיל: אין דער צייט פון דער גזירה איז אלישע געגאנגען אין גאס, און זעלבסטפערשטענדליך אין תפילין, א ממונה האט עם דערזעהן האט ער אנגעיאגט אלישע'ן און געפרעגט וואס טארגט ער, האט אלישע געענטפערט: כנפי יונה.

איז דאס וואס ער האט ניט געהאט די שטארקייט זאגען אז עס איז תפילין (חאטש דאס וואלט געמיינט זיכערען טויט פאר עם) באווייזט אז די באצינהונג צו תפילין איז געווען ניט אזוי הייס, ווי מצות תפילין פארדינט און דארף האבען.

* * *

פון אלע מצות קענען מיר זייער פיל לערנען און אלע מצות שטארקען דעם מענשען אין זיינע נשמה כחות (חאטש מיר קענען עס ניט אלעמאל באגרייפנען, ווי אויבענגעזאגט).

ובפרט די מצות וואס מען האט אנגעזאגט אז מ'דארף זיי טאן טעגליך, ווי תפילין, (שחיובם בכל יום אחוץ שבת און יום טוב) און וואס ווערען אנגערופען אות - א צייכען אז אידען און דער אויבערשטער זיינען איינס.

* * *

איך וועל זיין צופרידען הערען פון אייך און בעט זיך ניט שזענירען און ווענדען זיך צו אונז אויב איר רעכענט איז מיר קענען מיט עטוואס מיט-העלפען לויט ווי דערמאנט אין אנפאנג בריף.

מיט בעסטע וואונשען לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 279 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

הנכבד.. פאלמער: אגרת נוספת אליו - לקמן קסו.

B"H, Thursday, 1st of Tammuz, 5704.

Brooklyn, NY.

Shalom u'Vrachah!

Your brother, the esteemed Mr. Shlomo Palmer, told me about you, and on this basis I am writing this letter.

First, a few lines about the purpose of the organization "Machne Israel." My father-in-law, the Lubavitcher Rebbe Rabbi Yosef Yitzchak Schneersohn shlita, founded "Machne Israel" with the aim—among other goals—of publicizing among Jews from all circles the true meaning and lofty value of Judaism, as well as answering possible questions that may arise regarding Judaism, Torah, and mitzvos.

According to how your brother introduced you to me, you have an interest in these questions; therefore I am writing to you to say that we are ready to stay in contact and answer questions as best we can according to our knowledge, clarifying various details related to the above-mentioned issues.

One of the main ideas in Judaism is unity—not only faith in one G‑d and one Torah but also unity within every person in his inner life. In contrast to approaches that say one must indulge the body without regard for the soul—or even those that say one must constantly afflict and torment the body so that the soul will always be complete and connected through it—the Torah's approach is that although the soul should and must lead a person, its task is not to torment the body but rather to ensure that it—the body—conducts itself healthily according to what Torah (called Toras Chaim) instructs.

Unity in a person's spiritual life specifically: There are three opinions about how human life should be directed: (a) One view holds that one should act solely according to cold intellect—logic. (b) A second view says one should only consider heart and warm feeling. (c) A third says that what one thinks or feels is not so important; what matters is that one's actions are proper. The Torah says—and rules—that a person should be whole; he should strive for perfection. And a complete person can only be when his mind (head), heart, and hand (symbolizing action) are all united and harmonious in their conduct according to G‑d's instructions.

This principle is so important that our Sages explain it is one of the ideas behind the mitzvah of tefillin: When a Jew puts on tefillin he should remember that his hand (tefillah shel yad), his heart (opposite which tefillah shel yad is placed), and his head (tefillah shel rosh) must all be aligned with each other—to live a Jewish life according to Torah.

Even deeper: Fulfilling the mitzvah of tefillin—the very act itself—strengthens a Jew immeasurably and greatly increases his soul powers for living out this harmony of hand, heart, and head in accordance with Torah. Even though we do not understand how putting on tefillin affects soul powers—just as a child does not grasp how eating bread connects his soul with his body—we know it has this effect.

The importance of tefillin can be seen from various stories and explanations from our Sages; I will mention just a few here:

a) (Kiddushin 35a): The entire Torah with all its mitzvos is compared—and various details can be learned—from the mitzvah of tefillin.

b) Although one fulfills tefillin by putting them on once during the day—whether at shul or at home—in earlier times when people were purer and more spiritually attuned they would wear tefillin all day long both at home and outside.

The extent to which everyone valued this mitzvah can be seen from what Gemara (Shabbos 130a) laments when describing attitudes toward tefillin at a certain time. There was then a decree that anyone wearing tefillin would be killed. Might one think people stopped putting on tefillin? No—the Gemara does not complain about this; people continued putting on tefillin. Did they perhaps fulfill only the minimum by putting them on once daily? No—the Gemara does not mention this either; people wore them even while walking outside despite mortal danger because tefillin was so precious even then among Jews.

However, since only individuals did this—for example Elisha Baal Kenafayim—the Gemara considers it insufficient mesirus nefesh compared to what tefillin deserves. Tosafos explains further: Even then there was nothing really to complain about; so what did show that devotion was lacking? The Gemara brings an example: During this decree Elisha walked outside wearing tefillin; when an official saw him he ran after Elisha and asked what he was carrying. Elisha replied: "Dove's wings." The fact he did not have strength to say they were tefillin—even though doing so would have meant certain death—shows devotion for tefillin was not as fervent as it ought to have been.

From all mitzvos we can learn much; all strengthen a person's soul powers—even if we do not always understand how. Especially those mitzvos commanded daily like tefillin (whose obligation is every day except Shabbos or Yom Tov), which are called an "os"—a sign—that Jews and G‑d are one.

I will be pleased to hear from you and ask you not to hesitate reaching out if you think we can help with anything as mentioned at the beginning of my letter.

With best wishes for immediate teshuvah and immediate redemption,
Rabbi Menachem Schneerson


Summary

The Rebbe teaches that Judaism emphasizes unity within oneself—mind, heart, and action harmonized through Torah—and highlights how daily mitzvos like tefillin empower us spiritually even beyond our understanding.

Leave Feedback