Letter # 1681

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר נתן נטע שי' דענדער - ג' תמוז תשי"ב

1681 - א חסיד איז א קלוגער, ער לייגט ניט אפ אויף מארגען, וואס ער קען אויפטאן היינט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ג' תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר נתן נטע שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה מוה"ר מנחם שמואל דוד שי' לוי רייטשיק שד"ר, אויך האט ער מיר איבערגעגעבען אייער פ"נ, און לויט אייער בקשה, האב איך אייך מזכיר געווען, בעת רצון, אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

איך בין געווען צופרידען צו דערוויסען זיך אז זיינער צייט האט איר געלערנט אין תומכי תמימים אין פולין, און זיכער וועלען די כחות וואס נשיאנו הקדושים האבען אריינגעלייגט און די תלמידים בכלל און אין תלמידי תומכי תמימים בפרט, ניט גיין לאיבוד, ח"ו, איז דאך מער ניט וואס עס דארף זיין, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט זאגען: א חסיד איז א קלוגער, ער לייגט ניט אפ אויף מארגען, וואס ער קען אויפטאן היינט, וביחוד א שמש אין א שול, קען גאר א סך אויפטאן היינט, אין זיין שול, און אונבארמערקטערהייט נאך מער וי בגלוי און מיט שטורעם, און השי"ת בלייבט ניט קיין בעל חוב און איז משלם בתוספת מרובה על העיקר, בנחת יהודי וחסידותי, מבנים און פון זיך אליין אויך.

בברכה לבריאות הנכונה בגשמיות וברוחניות.