Letter # 1379

1379 - ב"ה, ראש חדש שבט, ה'תשי"ב

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ראש חדש שבט, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די אפעריישאן זאל דורכגיין כשורה, און איר זאלט קאנען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם.

עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען איר קאנט האלטן בא זיך אין צימער אין שפיטאל א כשר'ע מזוזה, און אויך נעמען אויף זיך, אז באלד ארויסגייענדיק פון שפיטאל וועט איר אלע ערב שבת וערב יום-טוב געבן עפעס אויף צדקה פון רבנו מאיר בעל הנס, און זאגן יעדן טאג א קאפיטל תהלים אין לשון הקדש, אדער אויב דאס איז אייך שווער, דאן אין ענגליש.

איך האף צו הערן א גוטע בשורה אז בא אייך גייט צו בעסערס, און פארענדיק בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר