ב"ה, כ"ה אדר שני, ה'תשי"א ברוקלין
כבוד המתפללים והגבאים דבית הכנסת
נוסח האר"י דשיקאגא ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דורך הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ איש אשכולות ורב פעלים וכו' מוהר"ר שלמה זלמן שי' העכט איז אנגעקומען אייער השתתפות במעות חטים, און בייגעלעגט איז די קבלה.
איך בעט איבערגעבן א יישר כח און ברכה צו די מנדבים ובני ביתם שיחיו.
איצט איז די צייט צווישן פורים און פסח, וואס רז"ל רופן ביידע אן בשם גאולה, נאר דער אונטערשייד איז וואס די גאולה פון פורים האט געבראכט בלויז צו דער אויסלייזונג פון דער גזירה, אבער אידן זיינען נאך דאן געבליבן אין גלות, אין דער צייט ווען די גאולה פון פסח האט געבראכט צו חירות, און דערפאר ווערט פסח באצייכנט אלס זמן חירותנו.
די התחלה פון דער פייערונג פון פסח הייבט זיך אן מיט דעם אויסרוף פון כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח, דאס הייסט, אז איידער מיר הייבן אליין אן דעם סדר, זאגן מיר אז אלע וועלכע נויטיקן זיך וועט מען זיי געבן אלץ וואס זיי דארפן. דערנאך גייען מיר צום סדר. דאס גיט אונז דעם זכות צו האבן אן אמת'ן זמן חירותנו, און דאס איז איינע פון די ענינים וואס מ'טוט אויף מיט צדקה בכלל און מעות חטים בפרט, וואס א סך מער ווי מ'טוט אויף פאר יענעם מיט דער צדקה אדער מעות חטים, טוט מען אויף א סך מער פאר זיך אליין, ווארום דורך דרויף איז מען זוכה אז מ'ווערט באפרייט פון דאגות גשמיות ורוחניות און מ'האט דעם אמת'ן זמן חירותנו יעדערער בפרט, און - במהרה בימינו - וועלן מיר זוכה זיין צום זמן חירותנו הכללי, השי"ת זאל אונז אלעמען ארויסנעמען פון גלות דורך משיח צדקנו, וואס וועט אונז בריינגען די גאולה האמיתית והשלימה.
בברכת חג פסח כשר ושמח וכל טוב גשמי ורוחני.
תוכן דומה לכמה בתי כנסת. ראה גם לקמן אגרות תתקפג, תתקצא. פורים און פסח: ראה גם לקמן אגרת תתקסט.