9967 —9967

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו   ב"ה — , מוצאי שבת-קודש ח"י אלול, ה'תש"ל — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, מוצאי שבת-קודש ח"י אלול, ה'תש"ל — ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער חודש אלול, דער אָפּשלוס פון יאָר, איז,

ווי באַקאַנט

, אַ צייט פון

חשבון-הנפש

פאַר דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, און אַ צייט פון צוגרייטונג צו דעם נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה; וואָס אויך צוליב דעם – כדי די צוגרייטונג זאָל זיין אַ ריכטיגע – מוז זיין פריער דער חשבון-הנפש פון דעם עבר.

פאַרשטייט זיך, אַז עס דאַרף זיין אַ

חשבון-צדק

, אַ ריכטיגע אָפּשאַצונג: וואָס האָט מען געטאָן ניט ריכטיג, וואָס האָט מען ניט דערטאָן, און וואָס האָט מען אויפגעטאָן,

מיט אַ פעסטע החלטה צו פאַרריכטן דאָס וואָס פאָדערט אַ תיקון, משלים זיין (ערגענצן) דאָס וואָס מען האָט ניט דערטאָן – אויסנוצענדיג אַלע כחות און

מעגלעכקייטן

– און צו שטייגן, צו דערהויבן זיך צו אַ העכערע מדריגה לגבי פאָריגן יאָר, גיין

מחיל

אל חיל אין אַלע ענינים פון גוט און הייליקייט.

***

אויף ווי ווייט נויטווענדיג עס איז צו מאַכן אַ חשבון-צדק ביים איבערגיין פון איין יאָר צום צווייטן – איז צו זען אויך דערפון וואָס עס זיינען אויף דעם געגעבן געוואָרן

מערערע

געלעגנהייטן, צייטן, צום אָפּשלוס פון יאָר:

– דער חודש אלול, ווי אויבנגעזאָגט;

– די צוועלף טעג, פון ח"י אלול ביז ראש-השנה, וואָס

ווי

באַוואוסט זיינען זיי אַנטקעגן די חדשים פון יאָר, יום לחודש – צו מתקן זיין יעדן חודש;

– ראש-השנה גופא, וואָס איר

ספּעציעלע

מצוה איז תקיעת-שופר, וואס דער רמז און ענין פון תקיעת שופר איז, ווי עס לערנט אונז המורה הגדול

דער רמב"ם

, צו וועקן אידן צו אַ חשבון-הנפש;

– די

עשרת-ימי-תשובה

בכלל, און

בפרט

די זיבן טעג צווישן ראש-השנה און יום-כיפור, אַנטקעגן די זיבן טעג פון דער וואָך: דער זונטאָג פון די זיבן טעג – אַ תיקון (לויט דעם חשבון) פון אַלע זונטאָגס פון יאָר; מאָנטאָג – פון די אַלע מאָנטאָגס, אא"וו; ביז עס ווערט דערגרייכט

דער הויכפּונקט

אין דעם

– יום

הקדוש

,

יום-כיפור

.

***

ווי געזאָגט, דאַרף דער חשבון-הנפש ברענגען צו אַ ריכטיגע אָפּשאַצונג פון אַלע אָפּגעטאָנענע מעשים און פון די פאַרפעלטע. דער מענטש איז אָבער אַ נוגע בדבר; ער איז דאָך פּערזענלעך אַריינגעמישט אין דעם און דערפאַר צו סוביעקטיוו צו אורטיילן וועגן זיך אַליין און דערביי קיינמאָל ניט מאַכן אַ טעות; עס מישט זיך דאָך אַריין דער אייגענער שכל, דער געפיל פון אהבת עצמו, וואָס דאָס שאַפט אַ נטי' (נייגונג) צו אַ ניט-ריכטיגע אָפּשאַצונג.

נאָכמער: בכלל איז דער מענטשלעכער שכל – וואָס איז דאָך באַגרענעצט – ניט אַלעמאָל פאַרלעסלעך צו אורטיילן וואָס איז גוט און וואָס איז

פאַרקערט

. האָט דער אויבערשטער, דער באַשעפער פון דער וועלט און פון דעם מענטשן, וואָס ווייס די מענטשלעכע הגבלות (באַגרענעצונגען) און שוועריקייטן, געגעבן אונז די תורה, וואָס ווערט אָנגערופן

תורה אור

– צו באַלייכטן אונזער וועג אין לעבן. ווען אַ איד נעמט אָן תורה ומצוות מיט קבלת-עול (אָן דער אַריינמישונג פונם מענטשלעכן שכל),

פאַראיינציגט

ער זיך מיט דעם

ג

-

טלעכן

שכל פון

תורה אור

, און עס ווערט אים ליכטיג און קלאָר, וואָס ער דאַרף טאָן און וואָס ער דאַרף ניט טאָן.

דאָס איז דער אינהאַלט פון די ווערטער

ה' אורי

("ג-ט איז מיין ליכטיקייט") אין דעם אָנהויב פון מזמור כ"ז פון תהלים,

וואָס

מ'הויבט אָן זאָגן

צוויי

מאָל טעגלעך פון ראש-חודש אלול.

אָבער אפילו מ'ווייס קלאָר וואָס ס'איז גוט און וואָס ניט, איז ניט אַלעמאָל לייכט צו טאָן בפועל די גוטע און ריכטיגע זאַך אין דער פולסטער מאָס, בפרט אַז דאָס פאָדערט אַמאָל אַ האַנדלונג קעגן אייגענעם (באַגרענעצטן) שכל, אָדער קעגן אייגענעם שטאַרקן רצון און תאווה. עס זיינען דאָ, אָדער עס

ווייזט

זיך אויס

אַז עס זיינען דאָ, פאַרשידענע שוועריקייטן און נסיונות – וואָס דעריבער בעט דאָך יעדער איד,

אפילו

אַ צדיק, יעדן אינדערפרי ביים אָנהויב פון טאָג:

אל תביאנו לידי נסיון

וכו'. אויך אין דעם קומט דער אויבערשטער

צו

הילף – אויב מ'נעמט אָן אַ פעסטע החלטה בייצושטיין דעם נסיון.

און דאָס איז דער אינהאַלט פון . . .

וישעי

("ג-ט איז מיין הילף"), דער המשך נאָך ה'

אורי

אין דעם דערמאָנטן פסוק.

דאָס אַריבערגיין פון איין יאָר צום צווייטן איז דאָך ניט סתם אַ "קאַלענדאַרישע" געשעעניש: מען האָט אַ יאָר מערער. די כוונה און תכלית זיינען דאָך צו האָבן מער אין טוב וקדושה, זיך דערהויבן צו אַ "

מערערע

" און

אַ העכערע מדריגה

, אַז עס זאָל צוקומען אין ענינים פון תורה ומצוות, און אין אַן אַלץ שטייגענדער מאָס. וואָרום ווי גוט עס איז געווען פריער – אפילו באַ גרויסע מענטשן און צדיקים – איז דאָס ניט גוט גענוג אויב מ'שטייט אויף אַן אָרט; נאָר מ'מוז זיך אָנשטרענגען צו גיין

מחיל אל חיל

, אַלץ העכער און העכער. אין דעם דאַרף מען ווידער אָנקומען צום אויבערשטן, ער זאָל העלפן און געבן די נויטיגע שטאַרקייט צו שטייגן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אַז דער היינט זאָל זיין בעסער ווי דער נעכטן, און דער מאָרגן זאָל זיין בעסער ווי דער היינט.

און דאָס איז די באַדייטונג פון די ווערטער . . .

ה'

מעוז

חיי

("ג-ט איז די שטאַרקייט פון מיין לעבן") – דער המשך אין דעם דערמאָנטן פסוק.

***

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז קומענדיג פון דעם ליכטיגן טאָג

ח"י אלול

דער געבורטסטאָג פון די

שני המאורות הגדולים

, גדולי ישראל אין זייערע דורות און אין די קומענדיגע דורות – דער בעל-שם-טוב, מייסד תורת החסידות הכללית, און דער אַלטער רבי בעל התניא והשולחן-ערוך – וועלכע האָבן געווידמעט זייער לעבן צו פאַרשטאַרקן דעם ענין פון

אהבת השם

,

אהבת התורה

, און

אהבת ישראל

, וואָס איז כולל אפילו אַ

"פרעמדן"

אידן וועמען מ'האָט קיינמאָל ניט געטראָפן, אַז אויך צו אים זאָל די אהבת ישראל, דער "ואהבת

לרעך"

, זיין "כמוך", ווי צו זיך אַליין –

זאָל יעדער איינער און איינע טאָן אין די אויבנדערמאָנטע ענינים, סיי לטובת זיך און סיי לטובת דעם צווייטן, אין אַ שטייגענדער מאָס, און דאָס וועט זיכר אַרויסרופן און ממשיך זיין במדתו של הקדוש ברוך הוא וואָס איז

מדה

כנגד מדה (אָבער פיל

גרעסער

און מערער – מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה),

עס זאָל מקויים ווערן בפועל ממש

ה' אורי וישעי

גו'

ה' מעוז חיי

און מ'זאָל דורכפירן אַלע ענינים מתוך הרחבה בשמחה ובטוב לבב,

און דאָס וועט אויך צואיילען די ערפילונג פון דער ג-טלעכער הבטחה (ווי דער המשך אין דעם מזמור): לחזות בנועם ה' ולבקר

בהיכלו

. . ואזבחה

באהלו

זבחי

תרועה

אין דעם בית המקדש וואָס וועט געבויט ווערן

במקומו

דורך דעם מלך מבית דוד – משיח צדקנו בגאולתנו האמיתית והשלימה בקרוב ממש.

בכבוד ובברכה לכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד,

מנחם שניאורסאהן

Leave Feedback