ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י. — אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום — ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
יעדע זאַך אין תורה, אפילו אַ פרט, און אַודאי אַ פרט פון אַזאַ
כללות'דיגן
ענין ווי יציאת מצרים, האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג און ספּעציעלע אָנווייזונגען.
דערציילט אונז די תורה, אַז איידער די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, האָט זיי דער אויבערשטער געגעבן פאַרשידענע מצוות: אַ טייל פון זיי האָט מען געדאַרפט מקיים זיין זייענדיג נאָך אין מצרים; אַ טייל פון זיי – מקיים צו זיין שפּעטער.
צווישן די מצוות וועלכע זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן אין מצרים איז פאַראַן איין מצוה וואָס טיילט זיך אויס דערמיט וואָס זי איז באַשטימט געוואָרן אַלס אַ ספּעציעלער "אות" – אַ צייכן און דערמאָנונג – פון דעם גאַנצן ענין פון יציאת מצרים, און האָט געדאַרפט דינען אַלס אַזעלכע ניט נאָר אין אַ באַשטימטער צייט פון יאָר, נאָר אין
אַלע
וואָכנטעג פון אַ גאַנץ
יאָר
,
דאָס איז די מצוה פון
תפלין
.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די פאַרבינדונג פון מצות תפלין מיט יציאת מצרים איז
אַ
גאָר ברייטע און טיפע. און
אפילו
אין פאַרגלייך צו דעם חג הפסח מיט אַלע זיינע איינצלהייטן – זיינען זיי דאָך נאָר אין די טעג פון פסח, אָבער דער געדיינקען און
איבערלעבן
יציאת מצרים דאַרף דאָך זיין טאָג
טעגליך
, און דאָס ווערט פאַרצייכנט
לאות
על ידך ולזכרון בין עיניך
(אַלס אַ צייכן אויף דיין האַנט און פאַר אַן אָנדענקונג צווישן דיינע אויגן) – אין די (
אַלע
וואָכנטעג פון אַ גאַנץ יאָר) תפלין.
* * *
ווי אַלע ענינים פון תורה און מצוות, האָט אויך די ספּעציעלע באַדייטונג פון מצות תפלין מערערע דערקלערונגען, און אויף איינע פון זיי וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן.
דער ענין פון יציאת מצרים איז געווען די באַפרייאונג פון פאַרשקלאַפונג, אָנהויבנדיג מיט דעם איינפאַכן זין פון דעם וואָרט – פון פיזישע צוואַנגס-אַרבעט (עבודת פרך),
ביז
צו דעם טיפסטן זין פון
גייסטיגער
באַפרייאונג, באַפרייאונג פון "מצרים" (מצרים וגבולים) – פון אַלע באַגרענצונגען און באַשרענקונגען וועלכע האַמען די נשמה; ביז עס אַנטפּלעקט זיך דער
עצם מהות
פון דעם אידן, סיי אַלס יחיד און סיי אַלס פאָלק,
וואָס דער עצם מהות פון אַ אידן איז דאָך, ווי דער אויבערשטער זאָגט:
בנים
אתם לה' אלקיכם
– "איר זייט קינדער צו ג-ט אייער ג-ט". וואָס דערמיט ווערט געמיינט ניט נאָר די נשמה ווי זי איז איידער זי גייט אַראָפּ אויף דער וועלט, נאָר אויך אַ איד ווי ער איז אין עולם הזה, אַ נשמה מיט אַ גוף און מיט אַלע זייערע אייגענשאַפטן.
* * *
דער באַגריף פון
בנים למקום
– דעם אויבערשטנ'ס קינדער – מיינט צווישן אַלעם, אַז פּונקט ווי דער אויבערשטער איז אַ מושל ושולט (הערשער און געוועלטיגער) איבער דער וועלט און אַלץ וואָס איז אין וועלט, אַזוי דאַרף אַ איד – אין אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט זיין זיין אַ
איד
, מיט אידישקייט – זיין אַ הערשער איבער וועלט און ניט נאָר באַ "יום-טוב'דיגע געלעגנהייטן" נאָר אויך אין זיין טאָג-טעגלעכן לעבן. דאָס דאַרף זיין
בפועל
ממש – פאַקטיש און אין אַן אַנטפּלעקטער פאָרם. דאָס הייסט, אַז ניט נאָר וואָס אַ איד דאַרף ניט נתפעל און ניט באַאיינפלוסט ווערן פון דער וועלט אַרום אים, נאָר, אדרבה, ער דאַרף
הערשן
און געוועלטיגען – אין אַלעם וואָס געהערט צו אידישקייט – איבער אַלע ענינים פון וועלט.
דאָ שטעלט זיך באַלד איין איינפאַכע און שטאַרקע פראַגע: ווי קען מען דאָס פאַרלאַנגען פון
יעדן
אידן, און ווי קען ער דאָס דערגרייכן?
איז דער ענטפער אויך אַן איינפאַכער: וויבאַלד ער איז דעם אויבערשטנ'ס אַ קינד, האָט אים דער אויבערשטער געגעבן ספּעציעלע
ג-טלעכע און
איבער
-נאַטירלעכע כוחות –
וואָרום דאָס זעט מען דאָך אפילו אין דעם משל פון קינדער און עלטערן, וואָס קינדער נעמען איבער,
אין
אַ נאַטירלעכן אופן, אייגנשאַפטן און כאַראַקטער-שטריכן פון זייערע עלטערן, און עלטערן גיבן דאָס איבער צו קינדער. אין נמשל – ווי אידן זיינען
בנים למקום
– איז דאָס נאָך אין אַ פיל טיפערער פאָרם, ווי דער אַלטער רבי, בעל התניא והשלחן-ערוך,
דערקלערט
, אַז אין משל פון עלטערן און קינדער זיינען דאָך די קינדער אַ מציאות פאַר זיך, נאָר ענג און טיף פאַרבונדן מיט עלטערן; אין נמשל אָבער – ווי אידן זיינען
בנים למקום
– זיינען אידן שטענדיג, און דורך תורה און מצוות אויך אין אַן אַנטפּלעקטער פאָרם, ניט קיין מציאות פאַר זיך, נאָר אינגאַנצן בטל צום אויבערשטן – זייער גאַנצע מציאות איז דורכפירן דעם אויבערשטענ'ס רצון – כעבד
וכבן
(ווי אַ קנעכט און ווי אַ קינד).
וואָס
יציאת
מצרים האָט דאָך אויך אַרויסגעבראַכט און אַנטפּלעקט
כי לי בני ישראל עבדים עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים
(וואָרום צו מיר זיינען די אידן קנעכט, מיינע קנעכט זיינען זיי וואָס איך האָב זיי אַרויסגעפירט פון לאַנד מצרים).
איז ווען אַ איד ברענגט אַרויס אָט די ג-טלעכע כוחות אין דער פולער מאָס, ביז זיי נעמען אַדורך זיין גאַנצן וועזן, ניט נאָר זיינע מעשים, נאָר אויך זיין ריידן און דענקען – גיט דאָס אים די מעגלעכקייט צו זיין אַ הערשער און געוועלטיגער איבער אַלע ענינים פון דער וועלט אַרום אים.
* * *
און דאָס איז דער ענין פון מצות תפלין, ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער, ביז אין דער קלאָרסטער און קאָנצענטרירסטער פאָרם אין שלחן-ערוך:
אַז בשעת אַ איד לעגט
תפלין
דאַרף ער מכוון זיין, אַז דער אויבערשטער האָט אונז אָנגעזאָגט צו לעגן תפלין אויף דער האַנט אַנטקעגן האַרצן, און אויפן קאָפּ אַנטקעגן מוח "כדי שנזכור נסים ונפלאות שעשה
עמנו
. . ואשר לו הכח והממשלה לעשות בעליונים ובתחתונים כרצונו" (כדי מיר זאָלן געדיינקן די נסים און וואונדער וואָס ער האָט געטאָן
מיט אונז
. . און אַז ער האָט די קראַפט און הערשאַפט צו טאָן וואָס ער וויל אין די אויבערשטע און אונטערשטע וועלטן) "
וישעבד להקב"ה הנשמה שהיא במוח וגם תאות ומחשבות לבו לעבודתו יתברך
" – און מאַכן אונטערוואַרפן ווי אַ עבד צום אויבערשטן די נשמה וואָס איז אין מוח, און אויך די נייגונגען און געדאַנקן פון האַרצן, צו דינען דעם אויבערשטן, וואָס דער מוח (פאַרשטאַנד) און האַרץ (געפיל) פירן דאָך אָן מיט אַלע מעשים, דיבורים און מחשבות פונם מענטשן. און דאַמאָלס איז דאָך – עבד מלך
כמלך
(דעם קעניג'ס קנעכט איז (האָט די קראַפט) ווי דער קעניג),
איז דורך דעם עבד ובן המלך ווערן דורכגעפירט בפועל דער כח וממשלה לעשות בעליונים ובתחתונים כרצונו – העכער פון אַלע בעגרענצו[נ]ג[ע]ן, יציאת מצרים אין דער פולער מאָס.
* * *
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז דורך מקיים זיין דעם ענין פון יציאת מצרים בחג הפסח און אין אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, זאָל מען זוכה זיין צו דער אמת'ער און פולשטענדיגער באַפרייאונג פון איצטיגן גלות, גלות הגוף און גלות הנשמה, בחסד וברחמים, בשובה
ונחת
דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.
בברכת חג הפסח כשר ושמח,
מנחם שניאורסאהן