ב"ה, ערב שבת-קדש לסדר על פי ה' יחנו
ברוקלין, נ.י.
ועל פי ה' יסעו גו', תשכ"ד צו דער יערלעכער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה
שלום וברכה!
צווישן די הויכפונקטן פון דער היינטיקער סדרה, פ' בהעלותך, איז די באשרייבונג פון דעם סדר ווי די אידן האבן געוואנדערט אין מדבר. "אויף דעם באפעל פון השי"ת האבן זיי גערוט, און אויף דעם באפעל פון השי"ת האבן זיי גערייזט; די ג-טלעכע אפהיטונג האבן זיי געהיט, אויף דעם באפעל פון השי"ת דורך משה" (בהעלותך ט, כג).
אויף אלע וואנדערונגען איז דער ארון ברית ה' געגאנגען פארויס אויסצוזוכן פאר זיי א מקום מנוחה (י, לג).
די תורה הק' - וואס די תורה איז אן אייביקע און אירע אנווייזונגען זיינען אייביקע און גילטיק אומעטום און אין אלע צייטן - שטרייכט אונטער, אז בלויז נאכפאלגנדיק דעם ארון הקדש, די תורה הק', האבן אידן געקענט געניסן מנוחה און זיין געשיצט אין דעם שרעקלעכן מדבר פול מיט גיפטיקע מזיקים. און אזוי איז עס שטענדיק געווען אין דער לאנגער גלות-געשיכטע פון אונזער פאלק און אין די אלע וואנדערונגען וואס מיר אידן האבן דורכגעמאכט און מאכן דורך, ביז עס וועט קומען די אמת'ע מנוחה און גאולה שלימה על ידי משיח צדקנו.
און ווי אין אלע וויכטיקע מאמענטן פון אידישן לעבן, אזוי אויך, און ספעציעל, אין א צייט פון וואנדערונג, פארנעמט די אידישע פרוי א צענטראלן ארט. דאס ווערט אנגעדייטעט ביים אפשלוס פון דער זעלבער סדרה, וואו די תורה דערציילט, אז דאס פאלק האט געווארט אויף מרים'ען און האט זיך ניט גערירט פון ארט אן איר. בשעת דאס פאלק געפינט זיך אין וועג, איז ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דארף אויך מיטגיין. אן מרים'ען פארט מען ניט! אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן, אז מרים האט פארדינט דעם כבוד אז דאס גאנצע פאלק, מיט דעם ארון הקדש און מיט ענני הכבוד וכו' זאלן ווארטן אויף איר, דערפאר וואס זי האט געווארט און געראטעוועט משה רבינו בשעת ער האט זיך געפונען אין א קעסטעלע אויפן טייך.
מיר געפינען זיך אין א צייט ווען אן דער אקטיווער מיטהילף און מיטארבעט פון דער אידישער פרוי צו פארשטארקן און פארשפרייטן תורה ומצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן, קען אונזער פאלק ניט גיין פאראויס אל המנוחה ואל הנחלה וואס דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט. אין אלע געביטן פון אידישן לעבן, ספעציעל אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, מוזן די אידישע פרויען און טעכטער דערפילן די אויפגאבע וואס די השגחה עליונה האט אויף זיי ארויפגעלעגט. דאס איז די פליכט פון אלע אידישע פרויען און טעכטער, ספעציעל פון די נשי ובנות חב"ד וואס האבן זוכה געווען צו שטיין אונטער דער באלייכטונג און אויפלעבונג פון תורת חב"ד און נשיאי חב"ד.
ואני תפילתי, אז די קאנווענשאן זאל דערפילן אלע דערווארטונגען און זאל מצליח זיין צו פארווירקלעכן בפועל ממש דאס וואס עס דארף אפגעטאן ווערן פון דער קאנווענשאן בכלל, און פון יעדער מיטגלידערין פון נשי ובנות חב"ד בפרט.
בברכה להצלחה מופלגה בעניני הפרט והכלל,
מ. שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 287 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
אונזערע חכמים: סוטה ט, ב.