Letter # 1835

יו"ד אלול, תשי"ב

1835 - בין איך צופרידען וואס דו פארשטייסט אז דאס איז אפענע נסים און השגחה פרטית

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, יו"ד אלול, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף - אן א דאטום - אין וועלכען דו באשרייבסט אלעס וואס דו האסט דורכגעמאכט אין די מלחמה יארן און די נסים וואס השי"ת האט מיט דיר געטאן, און נאך מער בין איך צופרידען וואס דו פארשטייסט אז דאס איז אפענע נסים און השגחה פרטית, און איך האף אז דער מוסר השכל פון דעם וועט בא דיר פארבלייבען אויף דער גאנצען לעבען לאריכות ימים ושנים טובות, אויף צו געדיינקען שטענדיג און האבען דאס שטענדיג פאר די אויגען אז השם יתברך פירט, ניט נאר די גרויסע וועלט בכלל, נאר אויך מיט יעדער פרט פון אונז אין אלע זיינע איינצעלהייטן פון זיין לעבען, במילא דארפמען קומען צו דער החלטה און אנערקענונג אז דער איינציגער וועג וועלכער פירט צום אמת'ן גליק, איז דאס לערנען תורה און מקיים זיין מצות מיט יראת שמים, און השי"ת זאל דיר העלפען אז דו זאלסט קענען גרינג אריינבריינגען דיינע החלטות אין טאג טעגליכען לעבען.

בנוגע דיין פראגע, צי זאלסט דו פארטזעצען דיין לערנען זיך... וועלכעס דו האסט שוין אנגעהויבען, אדער נעמען א משק אין כפר חב"ד:

מיין מיינונג אין דעם איז, וויבאלד אז דו שרייבסט אז שוין אייניגע חדשים ווי דו לערנסט זיך... אז דו זאלסט דאס פארענדיקען, און באזעצען זיך אין כפר חב"ד, און אויב אין דער דארף וועסט דו ניט האבען גענוג ארבעט אין דעם געביט, איז דענסטמאל כדאי אז דו זאלסט האבען אויך א משק, און דיין פאך זאל זיין אלס ערגענצונג צו דעם, אבער אלענספאל דארפסט דו פארטזעצען צו וואהנען צווישן אנ"ש אין דעם כפר, וואס דאס וועט דיר זיין צו הצלחה בגשמיות וברוחניות.

זיכער נעמסט דו איינטייל אין די שיעורים וועלכע ווערן געלערנט ברבים אין דארף, און דו היטסט אויך אפ די דריי שיעורים וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט מתקן געווען אין חומש תהלים און תניא, כידוע.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.