Letter # 776

ז, תשרי, ה'תשי"א - מרת.... תחי

776 - Kind Hashem certainly aims to fulfill your needs, especially after your prayers to Him.

חנוך

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז, תשרי, ה'תשי"א

מרת.... תחי'

ברכה ושלום !

איך האב באקומען אייער בריוו וואו איר שרייבט וועגן זיך, אייער מאן שי' און טאכטער תחי'. איר שרייבט אז עס איז שוין א צייט ווי אייער מאן שי' גייט אין ביזנעס ניט גוט און איר בעט א ברכה.

איצטער גייט דאך א נייער יאר, במילא דארפן אידן זיין זיכער, אז זייענדיק דעם אויבערשטנס קינדער און האבנדיק א בארמהערציקן פאטער (אב הרחמים) וואס וויל זיכער העלפן אלע קינדער אין וואס יעדן פעלט, בפרט אז די קינדער האבן זיך ראש השנה און אין די יעצטיקע טעג געווענדעט צו עם מיט א הארציקע בקשה צו העלפן זיי, דארף מען זיין זיכער אז השי"ת האט אנגענומען די בקשות און וועט אייך אויך געבן א שנה טובה ומתוקה - א גוטן און זיסן יאר, אז אייער מאן שי' זאל זיין שטארקער אין געזונט און די פרנסה זאל זיך פארבעסערן און איר זאלט האבן פיל נחת פון אייער טאכטער... תחי', אידישן נחת.

איר שרייבט, אז איר געדיינקט נאך דאס וואס אייער זיידע האט אייך דערציילט, בין איך זיכער אז איר דערציילט דאס איבער צו אייער טאכטער, כדי זי זאל פון קינדווייז אויף זיין איינגעטרייט אין די אידישע וועגן און אויסוואקסן א אידישע טאכטער אין אלע פרטים. און עס איז מיט א קינד קיינמאל ניט צו פרי אנצוהויבן דעם אידישן חינוך, און וואס מער מ'גיט און וואס פריער מען הייבט אן, אלץ זיכערער איז מען אז ניט קוקנדיק אויף דער סביבה ארום וועט דאס קינד בלייבן א אידיש קינד און די עלטערן וועלן האבן פיל נחת. אידישן נחת.

מיר וואלט אינטערעסירן צו וויסן אין וואס פאר א מוסד אייער טאכטער באקומט איר עדיוקיישאן. זיכער באזוכט זי א סקול וואו מען לערנט מיט איר אידישקייט. אויך וואלט מיר אינטערעסירט צו וויסן וואס פארא ביזנעס אייער מאן פירט אן, און צי ער באטייליקט זיך אקטיוו אין שול לעבן און אין שיעורים פון לימוד תורה אין שול.

בא מיר וואלט אויסגעקומען, אז ערב שבת און ערב יום - טוב זאלט איר פאר ליכט בענטשן אפלייגן אויף צדקה אין דער פושקע פון רבנו מאיר בעל הנס, וואס דאס איז א סגולה אף געזונט און פרנסה.

אייער דאניישן האב איך איבערגעגעבן אין לשכת חשאים, די צדקה קאסע פון וואנעט עס ווערט געגעבן הילף צו יחידים און מוסדות באהאלטענערהייט, וואס דאס איז איינע פון די העכסטע אופנים פון צדקה. בייגעלייגט די קבלה.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן