ב"ה כ"ו ניסן, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.
שלום וברכה!
איך האב באצייטנס באקומען אייערע בריף און אויך א גרוס פון אייך דורך הרה"ח וו"ח אי"א עוסק בצרכי ציבור באמונה וכו' מוהר"ר יוסף שי' וויינבערג. פון איין זייט האט מיר געפרייט צו באקומען א גרוס פון אייך, אבער פון דער אנדער זייט טוט וויי צו הערן, אז אייך קומט אן שווער דאס צופאסן זיך צום נייען מצב, און איר נעמט אויף מיט דער גאנצער שארפקייט די לאגע אין וועלכע איר געפינט זיך (בעזרת השי"ת נאר צייטווייליק).
זיכער נעמט איר אויך אין אכט, די לאגע אין דעם ארט פון וואנעט איר זייט ניצול געווארן, און טראכט זיך אריין פון צייט צו צייט אין די חסדים וואס השי"ת האט געטאן מיט אלע אידן, און אונז אויך בכלל, וואס זיי זיינען ניצול געווארן פון די אלע שרעקליכע זאכן וועלכע אידן האבן דרוכגעמאכט אין די לעצטע יארן.
בנוגע צו אייער לאגע איצט, איז קיין ספק ניט אז במשך הזמן וועט איר זיך איינארדנען צו קענען האבן ניט נאר וואס איר דארפט בגשמיות נאר אויך א באפרידיקונג במצבו הרוחני, און זיין צופרידן ניט נאר מיט זיך נאר אויך קענען ווירקען אויף אייער ארום, אז עס זאל זיין ניכר, אז ס'איז צוגעקומען א איד א חסיד, וואס האט זוכה געווען צו האבן במשך פון פיל יארן א פארבינדונג מיט כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און האט געשעפט פון עם אזויפיל כוחות ניט נאר צו טראגן זיין אייגענעם פעקל, נאר אויך ווירקן אף ארום אין גייסט פון חסידות, וואס דאס מיינט פארשפרייטן די דריי אהבות, אהבת ה', אהבת התורה ואהבת ישראל; גאר על פי פשוט: מאכן לייכטער דעם לעבן זיך און ארום זיך דורך ליכטיקייט און ווארימקייט פון תורה ומצות בכלל, און לויט דעם דרך פון חסידות בפרט
במילא טארט איר ניט זיין ח"ו אראפגעפאלן בא זיך וואס דערוויילע גייט דאס לאנגזאם. איך בין זיכער, אז ביסלעכווייז וועט די לאגע גיין צו בעסער און בעסער און איר וועט קענען אנזאגן גוטע בשורות, אז אייער בטחון און מוט זיינען געווארן שטארקער און די מאטעריעלע לאגע איז געווארן בעסער און ווערט נאך בעסער.
איך ווינש אייך אלעס בעסטע און דירק אויס מיין ברכה, אז גאר אינגיכן זאלט איר קאנען אנזאגן גוטע בשורות אין אלע אויבנדערמאנטע ענינים.
זעלבסטפארשטענדליך, ווען איך וועל זיין אפן אהל וועל איך דערמאנען אייך להמצטרך לו, וכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועט זיכער מעורר רחמים זיין איר זאלט האבן וואס איר דארפט בגו"ר.
המחכה לבשו"ט.
זיכער זייט איר באקאנט מער ווייניקער מיטן מצב היהדות אין אייער שטאט און זוכט צו משפיע זיין און באקענען די מיט וועמען איר קומט אין בארירונג מיט דער ווארימקייט פון תומ"צ.