Letter # 983

י"ג ניסן, ה'תיש"א - המתפללים והגבאים דביהמ"ד נוסח האריז"ל במונטרעאל

983 - Turn Awakening into Action and Reach Every Jew

The Rebbe encourages turning inspiration into action in Ahavas Hashem, Torah, and Yisrael. He emphasizes the importance of reaching every Jew, especially during Pesach, and blesses the writer and family with a kosher and joyous Yom Tov.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ג ניסן, ה'תיש"א ברוקלין

כבוד המתפללים והגבאים דביהמ"ד נוסח האריז"ל במונטרעאל, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב באצייטנס באקומען אייער בריוו פון כ"ט שבט, און איך בין געווען צופרידן, אז די דברי התעוררות וואס הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ וכו' מהור"ר משה חיים שי' סאפאטשינסקי האט אייך געבראכט, האבן געפונען א ווארימען אפקלאנג. אין דרויף איז בא מיר ניט געווען קיין ספק, ווארום ווי חז"ל זאגן, אני ישנה ולבי ער, אני ישנה בגלותא ולבי ער לתורה ולמצות. איך וויל אויך האפן - און דאס איז די הויפט זאך - אז די התעוררות וועט אראפגעטראגן ווערן אין מעשים בפועל אין אלע דריי ענינים וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אזוי אפט אונטערגעשטראכן אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל.

איצט שטייענדיק בא די טעג פון פסח, איז זיכער אייך באקאנט וואס רז"ל דערציילן אונז, אז ארויסגייענדיק פון מצרים האבן געדארפט זיין אלע ששים רבוא בישראל, און אויב עס וואלט געפעלט אפילו איינער, דאן וואלט עס ח"ו געשטערט אלע איבעריקע. א הוראה פאר אונז אין די ווערטער איז, און בפרט אין די טעג פו פסח, אז מיר דארפן אלע געדיינקען און לייגן די גרעסטע כוחות צו מקרב צו זיין לתורה ויהדות יעדן איינעם בישראל, מאן, פרוי, יונג און אלט, וואס דאס איז נוגע ניט נאר דעם וועלן מ'איז מקרב, נאר אויך אונז אלעמען.

דאס איז אויך איינער פון די רמזים בא דער התחלה פון פסח, וואס איידער מיר גייען אנהויבן פראווען די סדרים, זיינען מיר מכריז ומודיע אז כל דכפין יתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח, וואס ווערט געמיינט סיי כפשוטו - היל[ף] בגשמיות, סיי הילף ברוחניות, און ערשט נאכדעם קען מען זאגן השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, השתא עבדין לשנה הבאה בין חורין.

איך ווינש אייך אלעמען און אייערע בני בית שיחיו א כשרן און פרייליכן פסח און האף צו הערן גוטע בשורות פון אייך בכל הענינים. און גאר אינגיכן זאלן מיר זוכה זיין עס זאל מקויים ווערן די בקשה וואס מיר זאגן און בעטן לשנה הבאה בארעא דישראל בני חורין, על ידי משיח צדקנו בב"א.

בברכת חג כשר ושמח.