Letter # 967

ד' ניסן, ה'תשי"א - אל תלמידי ישיבת "אחי תמימים" פיטסבורג

967 - Encouragement and Thanks to Yeshiva Students

The Rebbe thanks the students of Yeshivas Achei Temimim in Pittsburgh for their Maos Chittim contribution, praising their care for others. He encourages them to grow in Torah and Yiras Shamayim to become truly wise, and sends blessings for a kosher and joyous Pesach to them and their families.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' ניסן, ה'תשי"א ברוקלין

אל תלמידי ישיבת "אחי תמימים"
פיטסבורג, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דורך ידידי הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ וכו' מוהר"ר שלום שי' פויזנער, אייער ראש הישיבה, האב איך ערהאלטן אייער ביישטייערונג צו "מעות חטים".

עס פרייט מיר צו זען, אז איר פארגעסט ניט אייערע ארימע ברידער דא אין לאנד און מעבר לים, און באמיט זיך צו העלפן זיי לויט אייערע מעגליכקייטן.

זיכער ווייסט איר, אז ביי דער התחלה פון סדר פארנעמען די קינדער דעם אויבן-אן מיט "מה נשתנה", און אז די הגדה רעדט וועגן פיר-ערליי קינדער, אחד חכם, כו'. איז קינדער וועלכע לערנען, בכלל, זיינען זיי דאך ניט שיך צום סוג "שאינו יודע לשאול" אדער "תם", אבער כדי צו געהערן צום סוג פון אחד חכם, דארף מען לערנען תורה מיט פרומקייט און זיין פרום. אבער אזוי ווי אין חכמה איז ניטא קיין שיעור, ווינש איך אייך אז איר זאלט כסדר שטייגן אין לערנען, אז מ'זאל פון אייך האבן פיל נחת.

ביטע גיט איבער אייערע עלטערן מיין וואונש פאר א כשרן און פרייליכן פסח, און דאס גלייכן אייך אלעמען.

בברכת הצלחה בלימוד התורה ביראת שמים,

מ. שניאורסאהן