ב"ה, כ"ג אייר, ה'תשי"א ברוקלין, נ. י.
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה שלמה שי'[1]
שלום וברכה!
בייליגענד איז א קבלה פאר אייער השתתפות אין אונזער חינוך ארבעט אין צפון אפריקע, ווי אויך א פריערדיקע קבלה פאר מעמד.
עס וועט אייך זיכער פרייען צו הערן, אז אונזער ארבעט אין צפון אפריקע האלט זיך אין אויסברייטערן ב"ה. אונזערע מוסדות: די ישיבות, ישיבות קטנות, ת"ת פאר אינגלעך און ת"ת פאר מיידלעך, אוונט קורסן פאר ארבעטער און אויך א בית מדרש למורים, האבן זיך קונה שם געווען, און די צאל תלמידים שטייגט פון טאג. אויך ווענדעט מען זיך צו אונז פון פארשידענע שטעט און לענדער אין אלע טיילן פון צפון אפריקע צו אויסשפרייטן אונזער ארבעט אויך דארט וואו זי דערגרייכט נאך ניט לעת עתה.
דאס איז באמת א הצלת נפשות ארבעט, ווייל צוליב דער גרויסער ארימקייט פון איין זייט און די השפעה פון לעומת זה פון דער אנדער זייט געפינען זיך טויזנטע און טויזנטע קינדער אין יענע לענדער אין גרויס געפאר פון אפגעריסן צו ווערן ח"ו פון אידישקייט.
דעריבער מוז זיך יעדער איינער אנשטרענגען צו נעמען א וואס גרעסערן אנטייל אין דער ארבעט און אויך משדפיע זיין אויף פריינט און באקאנטע צו האבן א חלק אין דער ארבעט, וואס דורך דעם עפנט מען צנורות צו מקבל זיין די ג-טליכע ברכות בגשמיות וברוחניות.
בברכה.