ב"ה, כ"א אדר שני, ה'תשי"א ברוקלין
ברכה ושלום!
מיר האט מצער געווען צו הערן פון אייער מאן הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ איש רב פעלים וכו'... אז איר פילט זיך צובראכן און אייך איז שווער צו קומען צו זיך פון דער סיבה וואס האט געטראפן ל"ע.
בכלל זיינען דאך אלע אידן, סיי מענער סיי פרויען, מאמינים בני מאמינים, דאס הייסט, אז אלע גלויבן און פארשטייען אויך מיטן קאפ, אז דער אויבערשטער, און נאר ער אליין, פירט די וועלט.
אויך גלויבן אלע אידן באמונה שלימה, אז דער אויבערשטער איז תכלית הטוב, גוטסקייט אליין.
אויך האט איר זיכער געהערט דעם ווארט פון שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס ער האט איבערגעגעבן אין נאמען פון בעל שם טוב, אז יעדער איד, סיי מאן סיי פרוי, איז טייער ביים אויבערשטן ווי א בן יחיד ביים פאטער (באמת מערער, נאר מיר באנוצן דעם ביישפיל ווייל מיר קענען זיך ניט פארשטעלן א גרעסערע ליבשאפט ווי צו א בן יחיד).
דערפון אלץ קומט דאך ארויס במילא, אז אלץ וואס דער אויבערשטער טוט איז לטוב, צום גוטן. און אזוי ווי דער אויבערשטער וויל אז אידן זאל זיין גוט ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, איז דער טוב אויך זיכער ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות.
ווי שוין געזאגט, גלויבן אלע אידן אין דעם און מען פארשטייט דאס אויך מיטן קאפ.
ס'טרעפט אבער אין מאנכע פאלן, אז דאס בלייבט ביים מענטשן אין גלויבן און פארשטאנד, און דערגרייכט ליידער ניט צום געפיל אין הארצן. במילא קומט בא עם אויס בגלוי אז באשטימטע פאסירונגען זיינען א סיבה אף צובראכנקייט און עצבות ח"ו. און וויבאלד, אז בא עם איז דאס בגלוי אזוי, און די אמתע כוונה אז דאס איז צום גוטן בלייבט באהאלטן אין שכל, קען אויך אמאל זיין, אז די פאסירונג וועלכע האט אויף אים געמאכט דעם ניט-גוטן איינדרוק, בלייבט אויך איר אמת'ע כוונה - דער תכלית הטוב - באהאלטן פון מענטשליכער אויג און ווערט ניט באלויכטן.
אויב אבער מ'ארבעט אויף זיך, אראפצוברענגען די אמונה און פארשטאנד אויך אין געפיל פון הארצן, אז עס קאן גאר אנדערש ניט זיין, נאר אז כל מאן דעביד רחמנא - אלץ וואס דער אויבערשטער טוט, איז לטב עביד - צום גוטן בגלוי, ביז דאס הארץ פילט דאס אויך, זעט יענער דעם טוב אויך בגלוי, דעם אויבערשטנס שכר איז דאך מידה כנגד מידה - פון דעם זעלבן סארט: אז דער אויבערשטער אנטפלעקט פאר אלעמען, ובפרט פאר עם אליין, דאס גוטע וואס איז באהאלטן אין דער פאסירונג, און מ'זעט דאס אפילו מיט פליישיקע אויגן.
זעלבסטפארשטענדליך איז דאס א שווערע ארבעט צו פועלן בא זיך. די ארבעט איז אבער לייכטער פאר די וואס זיינען אויפגעוואקסן בא חסידישע עלטערן, פאר די וועלכע האבן חתונה געהאט פאר חסידים, און פאר די וועלכע האבן איינגעשטעלט זייער הויז אויף א חסידישן שטייגער עס זאל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם רוח החסידות ומנהגי החסידים.
איך ווינש אייך, אז גאר אינגיכן זאל דער אויבערשטער באווייזן אייך צוזאמען מיט אייער מאן שי' און אייער זון שי' דעם תכלית הטוב וואס איז דא אין די פארשידענע פאסירונגען אין אייער לעבן, וואס ביז איצט האט איר דאס ניט געזען, און איר זאלט זיין צופרידן אלע צוזאמען בגשמיות וברוחניות.
בברכה.