Letter # 866

None

866- י"ז טבת ,בהכ"נ דארטשעסטער השתתפות בעבודת אדמו״ר

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז טבת, ה'תשי"א

ברוקלין

כבוד הנשיא והגבאים והמתפללים של בית הכנסת נוסח האר"י אנשי ליובאוויטש דארטשעסעטר, מאסס.
הוו"ח אי"א נו"נ וכו', ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דורך ידידנו הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ה יהודה ליב שי' הלוי הורוויט[ץ], האב איך ערהאלטן די הילף פון אייער שול וואס איז געשיקט געווארן על דעתי, און וואס איך האב פארטיילט לויט די קבלות וועלכע איר וועט באקומען פון אפיס.

עס איז איבער[יג] צו אונטערשטרייכן דעם גרויסן זכות וואס יעדער איינער האט דורך נעמען אן אנטייל אין דער ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ אויף די פארשידענע געביטן פון חנוך און הצלה וואס ער האט אנגעפירט. זיכער פארשטייט איר אויך די גרויסע אחריות וועלכע ליגט אויף יעדן איינעם אנצוהאלטן און צו פארברייטערן אט די אלע ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וואס דורך דעם שאפט מען זיך אויך די כלים מקבל צו זיין די ברכות וואס ער וויל זיכער משפיע זיין אויף זיינע מקושרים און מיטהעלפער, להתברך הם ובני ביתם שיחיו בכל מילי דמיטב בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב,

מנחם שניאורסאהן