Letter # 846

ג' טבת, ה'תשי"א

846 - Suffering from headaches, Hashem heals through doctors.

הקב״ה מרפא ע"י הרופא

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ג' טבת, ה'תשי"א

ברוקלין

ברכה ושלום!

מ'האט מיר איבערגעגעבן, אז איר ליידט פון קאפווייטיק ר"ל וכו', און לויט דער בקשה האב איך אייך דערמאנט לטובה ולברכה זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און זיכער האט דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אייך געבענטשט ברפואה און איר זאלט האבן אריכת ימים ושנים טובות.

די חכמים זכרונם לברכה זאגן, אויסטייטשענדיק די ווערטער פון דער תורה "ורפא ירפא", אז די תורה האט געגעבן א מעגליכקייט אז דאקטוירים זאלן קענען היילן קראנקע, ווייל דער אויבערשטער וויל, אז די וועלט זאל זיך פירן אויף א נאטירליכן אופן. אבער וויסן דארף מען וויסן זיין, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער וויל אז אידן זאל זיין גוט גיט ער זיי גוטעס, און אייך בפרט וועט ער געבן אריכת ימים ושנים טובות, איר זאלט האבן נחת פון אלע אייערע קינדער און אייניקלעך יחיו, אידישן נחת און חסידישן נחת.

בברכה,

מנחם שניאורסאהן