Letter # 806

כ"ו מרחשון, ה'תשי"א שלום וברכה!

806 - Granddaughter making friends in class boosts her well-being. Rebbe's school enhances health

הלימוד במוסד שתחת נשיאות הרבי

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו מרחשון, ה'תשי"א

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון יום א' וירא, וואו איר שרייבט אז אייער אייניקל, די מיידעלע ... תחי' פילט זיך ניט באקוועם אין אידישן קלאס און וויינט אפט, און איר רעכנט, אז דאס ווירקן אויף איר די אידישע לימודים.

איך האב זיך נאכגעפרעגט וואס פארא לימודים און ספרי-לימוד מען ניצט דארט, און לויט דער אינפארמאציע וואס איך האב באקומען, גלויב איך ניט דער גרונט איז ווי איר מיינט, נאר מסתם איז די סיבה וואס זי האט ניט א פאסנדע חברתע וכדומה.

דעריבער דארף מען זיך משתדל זיין, אז די אנפירערין פון קלאס זאל געפינען פאר איר פאסנדע חברתות, וועט זיך אייער אייניקל מסתמא פילן בעסער, און איר וועט זען, אז עס זיינען לגמרי ניטא קיין סיבות צו זיין אומרואיק וועגן דעם.

איר דארפט וויסן, אז דאס וואס אייער אייניקל לערנט אין א מוסד וואס איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מו"ח אד'מו"ר הכ"מ און איז געשטאנען אונטער זיין אונפירערשאפט, און שטייט נאך היינט אויך אונטער דער זעלבער אנפירערשאפט, איז דאס ניט אן ענין וואס קען פארשאפן עגמת נפש ח"ו, נאר פארקערט, דאס בריינגט געזונט בגשמיות וברוחניות, און דורך די קינדערלעך וועלכע לערנען אין די מוסדות ווערט אריינגעטראגן אידיש חסידיש ווארימקייט און ליכטיקייט אין די הייזער פון זייערע עלטערן.

איך האף צו הערן פון אייך א גוטע בשורה אז אייער אייניקל תחי' פילט זיך בעסער און מאכט גוטע פארשריטן אין אירע אידישע לימודים.

בברכה ותקוה לשמוע בשו"ט,

מנחם שניאורסאהן

בייליגענד די ר"ד פון שבת פ' בראשית, און זיכער וועט איר לייענען בשימת לב הראוי', בפרט די סעיפים כ"א וכ"ב.