Letter # 792

ו' מרחשון, ה'תשי"א

792 - Like a young tree, a child is nurtured and influenced during their formative years.

ילד דומה לאילן רך

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ו' מרחשון, ה'תשי"א

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען אייער טעלעגראם, אז אייער טאכטער תחי' האט אנגעהויבן צו גיין אין דער ישיבה. איך האף אז איר און אייער בעל-הבית'טע וועלן האבן פיל אידישען נחת פון איר בגשמיות וברוחניות.

זיכער האט איר געהערט דעם משל, אז א קינד איז ווי א יונג בוים. פונקט ווי א קליינע ענדערונג אין א יונג בוים וואקסט זיך מיט דער צייט פאנאנדער אין א גרויסער מאס, אזוי האט יעדע אנגעלעגנהייט אין דער קינדער ערציאונג א געוואלדיקע ווירקונג שפעטער. דערפאר וועט איר און אייער פרוי זיכער זיך באמיען צו פארבעסערן דעם חינוך פון אייער טאכטער תחי' זי זאל אויסוואקסן א פיינע אידישע טאכטער און איר זאלט האבן פון איר א סך אידישע נחת.

בברכת כט"ס,

מנחם שניאורסאהן