Letter # 1855

כ"ב אלול, תשי"ב

1855 - דורך זיי זאלן די געסט קענען דערוויסען זיך וועגען תורה און יראת שמים

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ב אלול, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף פון 2/9 אין וועלכער איר באשרייבט אייער ביאגראפיע און די שוועריגקייטן וואס איר האט געהאט נאך דער פטירה פון אייער מאן ע"ה און פארענדיקט אייער שרייבען אז ג-ט דאנק אייער איידים טאכטער און פאמיליע פירן זיך אויף אין גוטען וועג, און השם יתברך זאל אייך העלפען איר זאלט האבען פון זיי נחת אידישן נחת,

דער מנהג איז אז אין א תפלה בקשה צו השם יתברך, דערמאנט מען מיט דעם לשון-קדש'דיקן נאמען און אויך מיט דעם נאמען פון דער מוטער, וואלט איך אייך פארשלאגען, אז איר זאלט מיר צושיקן די אלע נעמען פון אלע אייערע ווי זיי רופן זיך אויף לשון הקדש און אויך דער מוטערס נאמען פון יעדערן, וועל איך זיי מזכיר זיין בעת רצון אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

לויט ווי איר שרייבט, אז בא אייך איז א כשר'ה גאסט הויז, איז זייער וויכטיג, אז בא אייך זאל זיך געפינען פערשידענע ספרים, וואס דורך זיי זאלן די געסט קענען דערוויסען זיך וועגען תורה און יראת שמים זעלבסט פארשטענדליך אז די ספרים דארפן זיין אין דער שפראך צוגעפאסט צו דעם סארט געסט וועלכע באזוכען אייער גאסט הויז.

אויך איז וויכטיק צו בודק זיין די מזוזות אין אייער הויז צי זיי זיינען אלע כשר'ה, און זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אויף דעם גוטען מנהג פון כשר'ה אידישע טעכטער, אז פאר ליכט צינדען יעדער ערב שבת און ערב יום טוב געבען אויף צדקה, און זיכער איז אז אויך אייער טאכטער טוט אזוי.

מיט א וואונש פאר אייך און אייער גאנצער פאמיליע פאר א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

המזכיר