Letter # 835

י"ט כסלו, חג גאולתנו ופדות נפשנו, ה'תשי"א - מר יצחק שי' שפאלטער

835 - "I was happy to learn of your freedom, as Hashem desires that a Jew should have no trouble."

גאולתו. קיום ההוראה. לשכת חשאים

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ט כסלו, חג גאולתנו ופדות נפשנו, ה'תשי"א

ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מר יצחק שי' שפאלטער

שלום וברכה!

איך האב באצייטנס ערהאלטן אייער בריוו און בין געווען צופרידן, צו לייענען, אז אלץ איז דורך בשלום ב"ה און איר זייט אינגאנצן באפרייט.

אויך, און נאך מער, האט מיר געפרייט צו לייענען אין אייער בריוו, אז איר זייט מקיים און טוט וואס איך האב אייך פארגעלעגט. איך שרייב "נאכמער" בא דער צווייטער זאך, ווייל וואס עס איז נוגע דער באפרייאונג, וויל דאך דער אויבערשטער אז א איד זאל ניט האבן קיין טראבל, איז די שמחה וואס איר האט מקבל געווען די ברכה און זייט געווען ראוי דערצו.

די צווייטע זאך אבער איז דאך א זאך וואס איז אפהענגיק פון אייער ווילן, און דרויף האט דער אויבערשטער געגעבן יעדן אידן בחירה חפשית (פרייען אויסוואל), במילא איז דא א מעגליכקייט אז דער יצר הרע זאל זיך אריינמישן און וועלן שטערן דורכצופירן די גוטע זאך לפועל. איז אז איר שרייבט, אז איר טוט דאס וואס איך האב אייך פארגעלעגט און עס איז צו האפן, אז דאס וועט זיך האלטן בא אייך, האט דאס מיר גורם געווען ספעציעלע שמחה.

זיכער ווייסט איר וועגן יום-טוב י"ט כסלו. או[י]ף יעדן פאל לעג איך דא ביי די באשרייבונג וועגן דעם וואס מיר האבן געדרוקט אויף ענגליש. פון איר וועט איר באקומען אן איינבליק וועגן אייניגע עקרים פון חסידות, און איך האף אז איר וועט זיך איינשטעלן צייט צו לערנען אין דעם. אונזער געמיינזאמער פריינט מר אהרן שי' כץ וועט אייך אין דעם זיכער העלפן.

איך פארענדיק מיט א ברכה און וואונש איר זאלט אלעמאל קענען אנזאגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן אייערע בני בית שי',

מנחם שניאורסאהן

בייליגענד איז [א] קבלה אויפן טשעק וואס איך האב איבערגעגעבן צו לשכת חשאים בא "מחנה ישראל" - דער ספעציעלער פאנד וואס איז געגרינדעט געווארן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פאר צדקה אן פירסום פאר יחידים און מוסדות. די ארבעט, ווי אלע אנדערע טעטיקייטן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ ווערט אויך ווייטער אנגעפירט און אויסגעברייטערט ב"ה.