Letter # 1187

י"ב אלול, תשי"א

1187 - Guidance and Blessings for Son in Military Service

He Rebbe assures he will pray at the Ohel for their son in the army and stresses daily tefillin. He advises reviewing prayers before serving as chazan on the High Holidays and immersing in the mikveh. Their donation supports discreet aid, and he blesses them with a good, sweet year.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

 

ב"ה, י"ב אלול, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אייער בריף פון יום א' אז איר זייט אלע ב"ה געזונט, און בעט א ברכה פאר אייער זון וועלכער איז אין מיליטער דינסט:

ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אים מזכיר זיין צו וואס ער באדארף.

זיכער איז איבעריג צו מזרז זיין אייך, אז איר זאלט אנזאגען אייער זון, ער זאל היטן צו לייגן תפילין אלע טאג (אויסער שבת און יום טוב) און אויב עס איז פאר אים ניט מעגליך צו לייגען די תפילין אין דער פריה, זאל ער דאס טאן אין פארלויף פון דעם גאנצן טאג ביז זון אונטערגאנג, און השי"ת זאל אים היטען אז ער זאל זיין גאנץ.

אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס איר זייט דער ש"ץ פאר ראש השנה און יום הכפורים, בפרט, וויל איך מעורר זיין אויף דעם וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר, האט געוואלט, אז די וועלכע דאוונען אלס שליח צבור פארן עמוד, און בפרט ימים נוראים, זאלן איבערקוקן דעם פירוש המלות און אויך פירוש פון די פיוטים.

און אויך אז לכל הפחות ערב ראש השנה און ערב יום כפור זאל מען זיך טובל זיין אין מקוה.

זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אלעס א צוגאב צו די דינים און ענינים וועלכע זיינען פראן אין שולחן ערוך, אויף וועלכע עס איז איבעריג צו מזרז זיין אויף זיי.

אייער נדבה איז איבערגעגעבן געווארען צו דער לשכת חשאין וועלכע העלפט ארויס יחידים און מוסדות, שטילערהייט אן פרסום, בכדי ניט צו שעדיגען זיי. און דער זכות פון דער צדקה זאל ביישטיין אייך און אייערע בני בית שי' אז איר זאלט האבען אלע א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בברכת.