ב"ה, י"א אדר שני, ה'תשי"א ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה עוסק בצרכי ציבור וכו' מהור"י הכהן שי'[1]
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייערע בריוו פון ערב ראש חודש אדר ב' און פון יום ו' אדר ב' און מפני רוב הטרדות האב איך ביז איצט ניט געהאט די מעגליכקייט צו ענטפערן. זיכער וועט איר ניט פאראיבל האבן...
איך באשטעטיק די צדקה לדעתי וואס איר האט געשיקט, וואס איך האב פארטיילט אויף צוויי חלקים: א העלפט אויף דער הת[ח]ייבות צו דרוקן די פסקי דינים, און א העלפט אויף אונזער בשותפותדיקער ארבעט מעבר לים. וועגן קבלות, כל זמן איר שרייבט ניט אז מ'זאל שיקן, שיקט מען ניט.
בנוגע צו די ענינים פון ידידנו הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יוסף שי' ראבינסאן, איז מיר א גרויסער וואונדער וואס איר האט ביז איצט ניט ארויסבאקומען די הלואה. איך האף ערב פורים צו זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און וויבאלד אז די טשעקס ליגן נאך בא אייך, וועט איר זיי אפשר האלטן ביז נאך פורים.
בייגעלעגט די קבלה פאר דער נדבה פון $35 לעילוי נשמתו של אפרים ע"ה גאלוב.
אפשר קענט איר מודיע זיין דעם נאמען פון דער מוטער פון דעם נפטר.
א הערצליכן יישר כח פאר דער בשורה טובה וועגן מר... שי'. עס וואונדערט מיר וואס ער האט מיר ניט געשריבן, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט צו שרייבן די גוטע נייעס.
האט ער אייך איבערגעגעבן וועגן אינהאלט פון אונזער שמועס, ווען ער האט זיך אנגעשלאגן צו געבן $3000 צו דרוקן פון ספרי כ"ק מו"ח אדמו"ר, און איך האב אים אויף דרויף געענטפערט, אז ער דארף זען, אז דער זון זאל גלייך אנהויבן לעגן תפילין טעגליך, און נאר נאך דרויף ווי ער האט איבערגעחזרט וועגן די געלט, האב איך עם געזאגט, אז מ'דארף ניט קיין דריי, זאל זיין צוויי א האלב און דאס וועט גיין אויף הדפסה פון די ספרים כנ"ל. איך האף אז ער וועט האלטן ביידע הבטחות, סיי בנוגע תפילין, סיי בנוגע די התחייבות אויף הדפסה, און מען זאל קאנען איינער דעם אנדערן אנזאגן גוטע בשורות תמיד כל הימים[2].
אזוי ווי איך ווייס ניט מר... שי' אדרעס, וויל איך אייך מטריח זיין איבע[ר]צוגעבן דעם בייגעלעגטן בריוו און קבלה, און דאנק פארויס פאר דער טרחה.
בברכת שמחת פורים וכ"ט.